ריטשארד ניקסאן
געבורט |
9 יאנואר 1913 פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
טויט |
22 אפריל 1994 (אלט 81) מאנהעטן, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
פאך | פאליטיקער, אפיציער, אדוואקאט, אויטאביאגראף, שטאטסמאן |
אונטערשריפט | |
ריטשארד מילהאוס ניקסאן (9טן יאנואר, 1913 - 22סטן אפריל, 1994) איז געווען דער 37סטער USA פרעזידענט, געדינט פון: 20סטן יאנואר 1969 ביז: 9טן אויגוסט 1974. דער איינציקסטער אין US וואס האט זיך באפרייט פון זיין פרעזידענט שטעלע. זיין ערשטער וויצע פרעזידנעט איז געווען ספירא עגנו ער האט רעזינגנירט, און עס האט אים איבערגענומען דער צווייטער וויצע פרעזידנעט דזשעראלד פארד, ניקסאן זעלבסט האט רעזינגנירט געצוואונגנערהייט, ווען ער האט איינגעזעהן איז דאס אמעריקאנער קאנגרעס וועט איהם אימפיטשען. זיין וויצע פרעזידענט פארד האט אים איבערגענומען.
ער איז געווען וויצע פרעזידענט פון אייזנהאוער, דערנאך איז ער געלאפן קעגן פרעזידענט קענעדי און פארלוירן, ווען מען האט געשאסן קענעדי האט אים זיין וויצע פרעזידענט איבערגענומען דזשאנסן, נאך דזשאנסן איז ניקסאן ווייטער געלאפן און געוואונען.
ניקסאן איז געווען א קאנסערוואטיוור עקסטרעמער פרעזידענט, אין דער היסטאריע ביז היינט באטראכט אים פאר גאר א שטרענגער מענטש, וואס האט נישט געקענט דולדן קיין קריטיק, און האט זיך געוואלט אפרעכענען מיט אלע זיינע שונאים דאס האט געפירט צו די באקאנטע וואטערגייט אויספארשונג קעגן אים.
צו זיין קרעדיט ווערט צוגעשריבן אז ער האט מיט זיין פאליטישן חוש געשפירט אז כינע גייט זיין א גרויסע וועלט מאכט, האט ער פארכאפט דעם וועג פון רוסלאנד און האט געעפנט די אמריקאנער טירן פאר כינע און אנגעשלאסן מיט אים פאליטישע פארבינדוגנען.
ער איז געווען א געשוואוירענער פריינד פון ישראל ער האט געשטיצט די מדינה מיט וואס ער האט געקענט.
יונגע יארן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ניקסאן איז געבוירן געווארן אין יאר 1913 אין דער היים פון זיין משפחה אין יארבע לינדע, קאליפארניע, און איז אויפגעוואקסן א קוואקער. אחוץ אים דער איינציגער פרעזידענט וואס איז אויך געווען א קוואקער איז געווען הערבערט קלארק האווער. ניקסאן איז אויפגעוואקסן אין וויטיער, קאליפארניע. ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה האט ער געדינט אין דעם ים-פלאט.
פֿריערדיגער: לינדאן זשאנסאן |
פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן 1974-1969 |
נאָכפֿאלגער: דזשעראלד פארד |