כאבאר

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
א קליענט שמירט אונטער א ריכטער אונטערן טיש
פֿאַראייניקטע פֿעלקער קאַנווענשאַן קעגן קאָרופּציע

שוחד מיינט נעמען אָדער געבן כאַבאַר פאַר אַ דיין אָדער להבדיל אַ ריכטער פאַרן פסק'ענען אַ דין תורה אָדער להבדיל אַ געריכט לויט די אייגענע אינטערעסן, נישט לויט דעם יושר.

אידישקײַט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

לויט דער תורה איז נאָר דאָ אַן איסור צו נעמען שוחד, אָבער נישט צו געבן. עס ווערט דערציילט אַז אַ גלח האָט אַמאָל זיך מתווכח געווען מיט רבי יהונתן אייבשיץ, אַז די קריסטליכע רעליגיע האָט בעסערע געזעצן בנוגע שוחד, ווײַל לויט דעם קריסטליכן גלויבן טאָר מען אפילו נישט געבן קיין שוחד, האָט רבי יהונתן אים געענטפערט: אדרבא! לויט ענק וועט איינער וואס געט שוחד קיינמאל נישט פארציילן אז ער האט געגעבן שוחד, ווייל עס איז אויך זיין עוולה, דעריבער וועט א ריכטער קיינמאל נישט מורא האבן צו נעמען שוחד ווייל ער ווייסט אז יענער לייגט זיך אין פעקל פונקט וואו ער אויב פארציילט ער, משא"כ ביי אונז אידן האט א דיין מורא צו נעמען שוחד, ווייל ער ווייסט אז דער געבער קען גלייך פארציילן וואס ער האט געטון, און עס איז נישט קיין שום אומרעכט פון זיין זייט.

א גויאישער ריכטער האט אמאל געפרעגט פונעם חוות יאיר היתכן אידן געבן אזויפיל שוחד פאר שופטי עכו"ם, האט ער אים געענטפערט מיט חכמה, אזוי ווי דער ריכטער איז דאך א גוי, האט ער דאך א נטיה ענדערש צו פסק'ענען לטובת דעם גוי, קומט דאך אויס אז עס וועט נישט זיין קיין גלייך בארעכטיגע פסק, וועגן דעם כדי צו באלאנסירן דעם שופט'ס מיינונג, גיט אים דער איד שוחד ער זאל זיך צוריק אויסגראדן זיין מיינונג. דער ריכטער איז זייער נתפעל געווארן פון דער תשובה. דער חוות יאיר פירט אבער אויס אין זיין תשובה אז ער האט עס נאר געזאגט פאר א תשובה צום גויאישן שר, אבער יעדער איינער דארף זיין זייער געווארענט אין דעם.

זען אויך[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]