זשה יאר
מראה
א זשה יאָר איז איינע פון די פערצן סארטן יארן אינעם יידישן קאלענדאר. א יאר פון סארט זשה הייבט אן שבת (ז, דער זיבעטער טאג פון דער וואך), איז "שלם" (ש) דאס הייסט סיי חשוון סיי כסלו האבן 30 טעג, און פסח געפאלט דאנערשטיק (ה). א יאר פון סארט זשה איז אן עיבור יאר (מיט צוויי אדרים) און איז לאנג 385 טעג, מיט 55 שבתים.
א זשה יאר פאסירט אין 4.72% פון אלע יארן.[1] לעצטנס האט פאסירט א זשה יאר אין ה'תש"ס און ה'תשס"ג, און וועט פאסירן נאכאמאל אין ה'תשפ"ז.
ימים טובים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אין א זשה יאר געפאלט ראש חודש אום שבת צוויי מאל (אחוץ ראש השנה וואס געפאלט שבת): ראש חודש שבט געפאלט שבת (פרשת וארא) און ראש חודש אייר געפאלט פרייטיק און שבת (פרשת קדושים).
- חנוכה געפאלט פון שבת ביז שבת, מען צינדט דאס ערשטע ליכטל ערב שבת.
- ט"ו בשבט געפאלט שבת.
- פורים געפאלט דינסטיק (אין ירושלים מיטוואך).
- ל"ג בעומר געפאלט דינסטיק.
- שבועות געפאלט פרייטיק (אויך שבת אין חוץ לארץ).
פאסט טעג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- צום גדליה געפאלט מאנטיק, עשרה בטבת געפאלט זונטיק, אסתר תענית געפאלט מאנטיק, תענית בכורות געפאלט מיטוואך, און שבעה עשר בתמוז מיט תשעה באב געפאלן ביידע דאנערשטיק.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ לוח השנה וחשבונו תוך בירור שאלת המחזוריות, יעקב מתלון, אתר שורש