זשג יאר
מראה
א זשג יאָר איז איינע פון די פערצן סארטן יארן אינעם יידישן קאלענדאר. א יאר פון סארט זשג הייבט אן שבת (ז, דער זיבעטער טאג פון דער וואך), איז "שלמה" (ש) דאס הייסט סיי חשוון סיי כסלו האבן 30 טעג, און פסח געפאלט דינסטיק (ג). א יאר פון סארט זשג איז א פשוט יאר (נישט קיין עיבור יאר) און איז לאנג 355 טעג, מיט 51 שבתים.
א זשג יאר פאסירט אין 13.7% פון אלע יארן.[1] לעצטנס האט פאסירט א זשג יאר אין ה'תש"ן, ה'תשס"ד, ה'תשס"ז און ה'תש"ע, און וועט פאסירן נאכאמאל אין ה'תשפ"ח.
ימים טובים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אין א זשג יאר געפאלט ראש חודש אום שבת צוויי מאל (אחוץ פון ראש השנה וואס געפאלט שבת): ראש חודש שבט געפאלט שבת און ראש חודש תמוז געפאלט שבת און זונטיק.
- חנוכה געפאלט פון שבת ביז שבת, מען צינדט דאס ערשטע ליכטל ערב שבת.
- ט"ו בשבט געפאלט שבת.
- פורים געפאלט זונטיק (אין ירושלים מאנטיק).
- ל"ג בעומר געפאלט זונטיק.
- שבועות געפאלט מיטוואך (אויך דאנערשטיק אין חוץ לארץ).
פאסט טעג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- צום גדליה געפאלט מאנטיק, עשרה בטבת געפאלט זונטיק, אסתר תענית איז מוקדם צו דאנערשטיק, תענית בכורות געפאלט מאנטיק, און שבעה עשר בתמוז מיט תשעה באב געפאלן ביידע דינסטיק.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ לוח השנה וחשבונו תוך בירור שאלת המחזוריות, יעקב מתלון, אתר שורש