בשז יאר
מראה
א בשז יאָר איז איינע פון די פערצן סארטן יארן אינעם יידישן קאלענדאר. א יאר פון סארט בשז הייבט אן מאנטיג (ב, דער צווייטער טאג פון דער וואך), איז "שלם" (ש) דאס הייסט סיי חשוון סיי כסלו האבן 30 טעג, און פסח געפאלט שבת (ז). א יאר פון סארט בשז איז אן עיבור יאר (מיט צוויי אדרים) און איז לאנג 385 טעג, מיט 55 שבתים. דאס יאר פאר א בשז יאר איז שטענדיג א הכז יאר.
א בשז יאר פאסירט אין 4.7% פון אלע יארן, ווען דער מולד פון תשרי געפאלט צווישן יום א' שעה 20 מיט 491 חלקים (אומגעפער 14:27:17 אויפן ירושלים לאקאלן זייגער[1]) און יום ב' שעה 18 (12:00 מיטאג).[2] לעצטנס האט פאסירט א בשז יאר אין ה'תשנ"ב, און וועט פאסירן נאכאמאל אין ה'תשע"ו און ה'תשע"ט.
ימים טובים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אין א בשז יאר געפאלט ראש חודש אום שבת דריי מאל: ראש חודש טבת געפאלט שבת-זונטיק, ראש חודש ניסן געפאלט שבת, און ראש חודש אלול געפאלט שבת און זונטיק.
- חנוכה געפאלט פון מאנטיק ביז מאנטיק, מען צינדט דאס ערשטע ליכטל זונטיק אוונט.
- ט"ו בשבט געפאלט מאנטיק.
- פורים געפאלט דאנערשטיק (אין ירושלים פרייטיק).
- ל"ג בעומר געפאלט דאנערשטיק.
- שבועות געפאלט זונטיק (אויך מאנטיק אין חוץ לארץ).
פאסט טעג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- צום גדליה געפאלט מיטוואך, עשרה בטבת געפאלט דינסטיק, אסתר תענית געפאלט מיטוואך, תענית בכורות געפאלט פרייטיק, און שבעה עשר בתמוז מיט תשעה באב ווערן ביידע נדחה צו זונטיק.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ 12:06:20 אויפן גריניטש זייגער
- ↑ לוח השנה וחשבונו תוך בירור שאלת המחזוריות, יעקב מתלון, אתר שורש