זחג יאר
מראה
א זחג יאָר איז איינע פון די פערצן סארטן יארן אינעם יידישן קאלענדאר. א יאר פון סארט זחג הייבט אן שבת (ש), איז "חסר" (ח) דאס הייסט סיי חשוון סיי כסלו האבן 29 טעג, און פסח געפאלט דינסטיק (ג,דער דריטער טאג פון דער וואך). א יאר פון סארט זחג איז אן עיבור יאר (מיט צוויי אדרים) און איז לאנג 383 טעג, מיט 55 שבתים.
א זחג יאר פאסירט אין 5.8% פון אלע יארן.[1] לעצטנס האט פאסירט א זחג יאר אין ה'תשנ"ז, און וועט פאסירן נאכאמאל אין ה'תשפ"ד.
ימים טובים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אין א זחג יאר געפאלט ראש חודש אום שבת צוויי מאל (אחוץ ראש השנה וואס געפאלט שבת): ראש חודש אדר א' געפאלט פרייטיק-שבת, און ראש חודש תמוז געפאלט שבת און זונטיק.
- חנוכה געפאלט פון פרייטיק ביז פרייטיק, מען צינדט דאס ערשטע ליכטל דאנערשטיק אוונט.
- ט"ו בשבט געפאלט דאנערשטיק.
- פורים געפאלט זונטיק (אין ירושלים מאנטיק).
- ל"ג בעומר געפאלט זונטיק.
- שבועות געפאלט מיטוואך (אויך דאנערשטיק אין חוץ לארץ).
פאסט טעג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- צום גדליה געפאלט מאנטיק, עשרה בטבת געפאלט פרייטיק, אסתר תענית געפאלט מוקדם צו דאנערשטיק, תענית בכורות געפאלט מאנטיק, און שבעה עשר בתמוז מיט תשעה באב געפאלן ביידע דינסטיק.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ לוח השנה וחשבונו תוך בירור שאלת המחזוריות, יעקב מתלון, אתר שורש