בחה יאר

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

א בחה יאָר איז איינע פון די פערצן סארטן יארן אינעם יידישן קאלענדאר. א יאר פון סארט בחה הייבט אן מאנטיג (ב, דער צווייטער טאג פון דער וואך), איז "חסר" (ח) דאס הייסט סיי חשוון סיי כסלו האבן 29 טעג, און פסח געפאלט דאנערשטיק (ה). א יאר פון סארט בחה איז אן עיבור יאר (מיט צוויי אדרים) און איז לאנג 383 טעג, מיט 54 שבתים. דאס יאר פאר א בחה יאר איז אלעמאל א הכז יאר.

א בחה יאר פאסירט אין 5.8% פון אלע יארן.‏[1] לעצטנס האט פאסירט א בחה יאר אין ה'תשמ"ט, און וועט פאסירן נאכאמאל אין ה'תש"ץ.


ימים טובים[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

  • אין א בחה יאר געפאלט ראש חודש אום שבת צוויי מאל: ראש חודש שבט געפאלט שבת און ראש חודש אייר געפאלט פרייטיק און שבת.
  • חנוכה געפאלט פון זונטיק ביז זונטיק, מען צינדט דאס ערשטע ליכטל מוצאי שבת.
  • ט"ו בשבט געפאלט שבת.
  • פורים געפאלט דינסטיק (אין ירושלים מיטוואך).
  • ל"ג בעומר געפאלט דינסטיק.
  • שבועות געפאלט פרייטיק (אויך שבת אין חוץ לארץ).

פאסט טעג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

  1. יסודות הלוח העברי על קצה המזלג, אהוד בר סיני, אתר כרם ביבנה