השג יאר
מראה
א השג יאָר איז איינע פון די פערצן סארטן יארן אינעם יידישן קאלענדאר. א יאר פון סארט השג הייבט אן דאנערשטיק (ה, דער פינפטער טאג פון דער וואך), איז "שלם" (ש) דאס הייסט סיי חשוון סיי כסלו האבן 30 טעג, און פסח געפאלט דינסטיק (ג,דער דריטער טאג פון דער וואך). א יאר פון סארט השג איז אן עיבור יאר (מיט צוויי אדרים) און איז לאנג 385 טעג, גענוי 55 גאנצע וואכן, מיט 55 שבתים.
א השג יאר פאסירט אין 6.66% פון אלע יארן,[1] מער ווי אנדערע עיבור יארן. לעצטנס האט פאסירט א השג יאר אין ה'תשע"ד, און וועט פאסירן נאכאמאל אין ה'תשצ"ה.
ימים טובים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אין א השג יאר געפאלט ראש חודש אום שבת דריי מאל: ראש חודש חשוון געפאלט פרייטיק-שבת, ראש חודש אדר א' געפאלט פרייטיק-שבת, און ראש חודש תמוז געפאלט שבת און זונטיק.
- חנוכה געפאלט פון דאנערשטיק ביז דאנערשטיק, מען צינדט דאס ערשטע ליכטל מיטוואך אוונט.
- ט"ו בשבט געפאלט דאנערשטיק.
- פורים געפאלט זונטיק (אין ירושלים מאנטיק).
- ל"ג בעומר געפאלט זונטיק.
- שבועות געפאלט מיטוואך (אויך דאנערשטיק אין חוץ לארץ).
פאסט טעג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- צום גדליה ווערט נדחה צו זונטיק, עשרה בטבת געפאלט פרייטיק, אסתר תענית געפאלט מוקדם צו דאנערשטיק, תענית בכורות געפאלט מאנטיק, און שבעה עשר בתמוז מיט תשעה באב געפאלן ביידע דינסטיק.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ לוח השנה וחשבונו תוך בירור שאלת המחזוריות, יעקב מתלון, אתר שורש