גכז יאר
מראה
א גכז יאָר איז איינע פון די פערצן סארטן יארן אינעם יידישן קאלענדאר. א יאר פון סארט גכז הייבט אן דינסטיק (ג, דער דריטער טאג פון דער וואך), איז "כסדרן" (כ) דאס הייסט אז חשוון האט 29 טעג און כסלו האט 30 טעג, און פסח געפאלט שבת (ז). א יאר פון סארט גכז איז אן עיבור יאר (מיט צוויי אדרים) און איז לאנג 384 טעג, מיט 55 שבתים. דאס יאר פאר א גכז יאר איז אדער א השא יאר אדער א זחא יאר.
א גכז יאר פאסירט אין 5.26% פון אלע יארן, ווען דער מולד פון תשרי געפאלט צווישן יום ב' שעה 18 (12:00 מיטאג אויפן ירושלים לאקאלן זייגער[1]) און יום ג' שעה 18 (12:00 מיטאג).[2] לעצטנס האט פאסירט א גכז יאר אין ה'תשנ"ה, און וועט פאסירן נאכאמאל אין ה'תשפ"ב.
ימים טובים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אין א גכז יאר געפאלט ראש חודש אום שבת דריי מאל: ראש חודש טבת געפאלט שבת-זונטיק, ראש חודש ניסן געפאלט שבת, און ראש חודש אלול געפאלט שבת און זונטיק.
- חנוכה געפאלט פון מאנטיק ביז מאנטיק, מען צינדט דאס ערשטע ליכטל זונטיק אוונט.
- ט"ו בשבט געפאלט מאנטיק.
- פורים געפאלט דאנערשטיק (אין ירושלים פרייטיק).
- ל"ג בעומר געפאלט דאנערשטיק.
- שבועות געפאלט זונטיק (אויך מאנטיק אין חוץ לארץ).
פאסט טעג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- צום גדליה געפאלט דינסטיק, עשרה בטבת געפאלט דינסטיק, אסתר תענית געפאלט מיטוואך, תענית בכורות געפאלט פרייטיק, און שבעה עשר בתמוז מיט תשעה באב ווערן ביידע נדחה צו זונטיק.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ 9:39:03.1 אויפן גריניטש זייגער
- ↑ לוח השנה וחשבונו תוך בירור שאלת המחזוריות, יעקב מתלון, אתר שורש