לדלג לתוכן

אבערדין

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון אַבערדין)
אַבערדין
Aberdeen
אבערדין האוון
מדינה / טעריטאָריע סקאטלאנד
פאראייניגטע קעניגרייך
קאָאָרדינאַטן 57°09′11″N 2°06′36″W / 57.153°N 2.110°W / 57.153; -2.110קאארדינאטן: 57°09′11″N 2°06′36″W / 57.153°N 2.110°W / 57.153; -2.110
שטח 186 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

220,420‏  (שטייענדיג 2011)
1,187 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC
www.aberdeencity.gov.uk

אַבערדין (ענגליש: Aberdeen; סקאטס: Aiberdeen; שאָטישע גאַליק: Obar Dheathain) איז די דריטע מערסטע באפעלקערטע שטאט אין סקאטלאנד, מיט א געשאצטער באפעלקערונג פון 220,420. די שטאט געפינט זיך אין צפון־מזרח סקאטלאנד ביים צוזאמענפלוס ווי די די און דאן טייכן פליסן אריין אין צפון ים. די שטאט האט א לאנגע זאמדיקע בארטן־ליניע.

די שטאט האט צוויי אוניווערסיטעטן, דער אוניווערסיטעט פון אבערדין, געגרינדעט אין 1495, און ראבערט גארדאן אוניווערסיטעט, וואס האט באקומען אוניווערסיטעט סטאטוס אין 1992. די טראדיציאנעלע אינדוסטריעס זענען פישעריי, שיפבויעריי און טעקסטיל, אבער היינט זענען די הויפט אינדוסטריעס נאפט און דער ים־פארט.

במשך די מלחמות פון סקאטישער אומאפהענגיקייט איז אבערדין געווען אונטער ענגלישער הערשאפט, דערפאר האט ראבערט דער ברוס באלעגערט אבערדין שלאס און האט אים פארטיליגט אין 1308, דערנאך האט ער אוסגעהרגעט דעם ענגלישן גארניזאן. די שטאט איז פארברענט געווארן דורך עדווארד דער דריטער פון ענגלאנד אין 1336, אבער מ׳האט זי שפעטער ווידערגעבויט און פארברייטערט. אין 1770 האט מען אוועקגענומען די טויערן פון דער שטאט.

מען האט געעפנט די שול אין 1945.

פון אבערדין פליפעלד (ABZ) אין צפון פון דער שטאט פֿליט מען קיין פראנקרייך, האלאנד, דייטשלאנד, שפאניע, עסטרייך און אירלאנד.

אבערדין באן סטאנציע האט אפטע באנען קיין עדינבורג, גלאזגא און אינווערנעס פון אבעליא סקאטרייל, און לאנדאן נארד איסט אייזנבאן אפערירט באנען דירעקט קיין לאנדאן. די לענגסטע באן רייזע אינעם פאראייניגטן קעניגרייך פארט פון אבערדין קיין פענזאנס 08:20 און דויערט 13 שעה מיט 23 מינוט. אלע דרומדיקע באנען פארן אדורך דאנדי.


.

אבערדין האט עטלעכע צווילינג שטעט.‏[1]

  1. Twinning Aberdeen. Aberdeen City Council. דערגרייכט דעם ‏9טן מיי 2013.
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אבערדין