חיים זשיטלאווסקי

פֿון װיקיפּעדיע
חיים זשיטלאווסקי
‏חײם זשיטלאָװסקי‏‎
געבורט 19 אפריל 1865
אושאַטש, בעלארוס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 6 מאי 1943 (אלט 78)
קאלגארי, קאנאדע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
חיים זשיטלאווסקי

דאקטער חיים זשיטלאווסקי (רוסיש: Хаим Осипович Житловский)‏ (19טן אפריל 1865, אושאץ - 6טן מיי 1943, קאלגארי, קאנאדע) איז געווען פון די גרויסע און אנגעזענסטע יידישיסטן, א שרייבער, פובליציסט און קריטיקירער.

זשיטלאווסקי איז געבוירן אין אושאץ, וויטעבסקער גובערניע, רוסלענדישע אימפעריע (היינט בעלארוס) דעם 19טן אפריל 1865 צו זיין פאטער יוסף, א ליובאוויטשער חסיד.

אנגעהויבן זיין פאליטישן לעבן האט ער אלס רעוואלוציענער קעגן צאר אין רוסלאנד. מיט די צייט איז ער געווארן א ראדיקאל, און ער האט זיך אנגעשלאסן אין די סאציאל רעוואלוציאנערע פארטיי, וואס האט געשטיצט א רעוואלוציע באזירט אויף אגרעסיווע און ברוטאלישע שריט.

אין יאר 1908 האט ער זיך באטייליקט ביי דער טשערנאוויצער קאנפערענץ, און געווען פון די גרויסע פערזענליכקייטן דארט. ער איז געווען א שטארקע קעגנער פון ציוניזם, און העברעיש. זיין אידעאלאגיע איז געווען, אויפשטעלן א לאנד פאר יידן באזירט אויף יידיש, דעריבער האט ער באקומען א שארפע קעגנערשאפט אין שפראכן קריג, קעגן העברעיש.

אין יאר 1930 האט ער עמיגרירט קיין אמעריקע, נאכן דורכפאל פון זיין חלום פון יידישע אויטאנאמיע אין א לאנד אן גרענעצן. דארט איז ער געווען פון די גרינדערס פון יידישער קולטור פארבאנד, וואס האט זיך פארנומען מיט דרוקן ביכער. ער האט געגרינדעט א יידישן קולטור צענטער אין קאנאדע. אויך האט ער זיך באגעגנט מיט אנארכיסטן פון מענטשן זיינס גלייכן, ווען מאקסים גארקי האט באזוכט אין די פאראייניקטע שטאטן, האבן זיך די צוויי געטראפן.

זיינע אנשויאונגען האבן געבראכט צו א סך רייבערייען צווישן די יידישע פארטייען אין אייראפע, און ער האט זיך ערווארבן א סך פיינט, פון די ציוניסטישע פארטייען. נאך זיין עמיגראציע פון אייראפע זענען די געמיטער רואיקער געווארן.

זשיטלאווסקי איז געווען א רעוואלוציאנער, סאציאליסט, און אן אנגעזעענער יידישיסטישער דעה זאגער. ער האט פארעפנטליכט זיבעציק ביכער, פון זיי קריטיק, ארטיקלען און עסייען, דערציילונגען.


ער איז געשטארבן דעם 6טן מיי 1943 אין אלבערטא, קאנאדע. און געברענגט געווארן צו קבורה אין ניו יארק.

אויף זיין נאמען איז דער פאנד פאר יידישע שטודירונגען, און עס ווערט פארטיילט די זשיטלאווסקי פרעמיע דורך דער ארגאניזאציע.