שפראכן קריג

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
אליעזר בן יהודה איז געווען פון די הויפט קעמפפער צו טוישן די יידישע שפראך פון יידיש צו העברעאיש.

דער שפראכן קריג האט אויסגעבראכן אין 1913, ווען די ציונים אין ארץ ישראל האבן פארארבעט מעשים צו ווירקן אויף די יידישע אייראפעיִשע עמיגראנטן וואס האבן מייסטענס גערעדט יידיש, און יידיש איז געווען זייער מאמע לשון, זאלן אויפהערן זיך ניצן מיט יידיש וואס לויט די ציוניסטן האט יידיש פארצייכנט זייער אלטע גלות, און אנפאנגען זיך ניצן נאר מיט העברעאיש. די פארלאנג איז געפאלן זייער שווער אויף די נייע עמיגראנטן. אין אנפאנג האבן זיי ממשיך געווען צו רעדן און שרייבן יידיש, אויך האבן זיי ממשיך געווען צו שרייבן יידישע ליטעראטור אא"וו, ווייל יידיש איז געווען פאר זיי זייער ווייך און עלאסיש אין באציִוּנג צו העברעיש וואס איבערהויפט דאן איז עס געווען אן הויכע ליטערארישע שפראך.

צוויי אינצידענטן וואס האבן ארויסגערופן א גרויסע קריגעריי. איינע איז געווען אויפשטעלן א קאטעדרע פאר יידיש אינעם העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים. דאס צווייטע איז געווען, וואס איז די שפראך אין דער טעכניאן אין חיפה, וואס ביז דעמאלט איז די אפציעלע שטודירנוגס שפראך געווען דייטשיש, און דאס האבן די העברעיסטן געוואלט טוישן, צום סוף מיט דערפאלג. אינעם העברעישן אוניווערסיטעט איז היינט דא א יידיש קאטעדרע.

פערזענלעכע געצייג

װאַריאַנטן
נאָמענטיילן
אַקציעס
נאַוויגאַציע
צוזאַמענאַרבעט
געצייג קאסטן
אין אַנדערע שפראַכן