בני גאנץ
בנימין "בעני" גאנץ איז דער שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל, ער האט איבערגענמען פון גבי אשכנזי, און איז דער צוואנציקסטער שעף.
געבוירן אין יאר 1959, צו עלטערן חורבן אייראפע איבערלעבער, פון אונגארן און רומעניע.
ער איז געווארן מאביליזירט אין יאר 1977 אין ארמיי, ער איז געווען אין פאל-שירעם בריגאדע, און שפעטער אלס אפיציר פארנומען אסאך פאסטנס. ער האט טייל גענומען אין די קאמפן פון ערשטע לבנון מלחמה, און געהאלפן אייננעמען ביירוט.
ער האט געדינט אלס קאמאנדיר פון צפון פראנט, אלס קאמאנדיר פון יהודה ושומרון דיוויזיע, און אלס ליעזאן פון צה"ל אין די פאראייניקטע שטאטן, אין זיין לעצטע פאסטן איז ער געווען וויצע שעף אונטער אשכנזי. ווען יואב גאלאנט איז אויפגענומען געווארן אלס שעף דורך אהוד ברק, האט ער רעזיגנירט, אבער זיך אומגעקערט ווען די רעגירונג האט אויפגעזאגט גאלאנט.
גאנץ איז אויך געווען קאמאנדיר פון צפון ארמיי, וואס איז איינע פון די צוויי ארמייען אין ישראל, וואס ווערט גענוצט אין פאל פון קאטאסטראפאלע צושטאנד, דערווייל זענען די צוויי ארמייען קיינמאל נישט גענוצט געווארן.
מלחמות און קאמפן [באַאַרבעטן]
אין גאנצנס תקופה האט צה"ל געקעמפט אין די פאלגנדע מלחמות און קאמפן:
- ליטאני אקציע
- ערשטע לבנון מלחמה
- ערשטע אינטיפאדע
- צווייטע אינטיפאדע
- צווייטע לבנונישע מלחמה
- געגאסענע בליי אפעראציע
- עמוד ענן אפעראציע
|
יעקב דורי · יגאל ידין · מרדכי מקלף · משה דיין · חיים לאסקאוו · צבי צור · יצחק רבין · חיים בר-לב · דוד אלעזר · מרדכי גור · רפאל איתן · משה לוי · דן שומרון · אהוד ברק · אמנון ליפקין-שחק · שאול מופז · משה יעלון · דן חלוץ · גבי אשכנזי · בני גאנץ |
|