חיים בר-לב

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

חיים בר לב (בראצלעווסקי) ( 16טן נאוועמבער 1924 - 7טן מיי 1994) איז געווען דער אכטער שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל, א חבר כנסת און מיניסטער אין ישראל רעגירונג.

ער איז געבוירן דעם 16טן נאוועמבער 1924 אין ווין, עסטרייך, אבער אויפגעוואקסן אין זאגרעב, היינט אין קראאטיע, אין אמאליקער יוגאסלאוויע. געמאכט עליה אין יאר 1939, און אין 1942 האט ער זיך אנגעשלאסן אין פלמ"ח, ווי ער איז געווארן אן אפיציר, און טיילגענומען אין די אקציעס קעגן דער בריטישער מאנדאט. ביי די זעלבסטשטענדיגקייט קריג האט ער קאמאנדירט אויף א באטאליאן.

נאכן קריג איז ער ווייטער געשטיגן אין ראנג, אויף מערערע פאזיציעס אין ישראל ארמיי, ביי די סיני מלחמה איז ער געווען קאמאנדיר פון א רעזערוויסן דיוויזיע, און דערנאך געדינט אלס גענעראל פון די געפאנצערטע קרעפטן.

אין 1968 א יאר נאך די זעקסטאגיקע מלחמה, איז בר לב געווארן שעף פון גענעראל שטאב. די קריג פון אפשוואכונג, וואס איז פארגעקומען אין יענע צייט, האט געצווינגען די מיליטער אויפצושטעלן באפעסטיקטע ערטער לענגאויס די סועץ קאנאל, דער קאמאנדיר פון דרום פראנט ישעיהו גביש, האט באפוילן אויצושטעלן די פאזיציעס, מיט די גוטהייסונג פון בר לב, זאס איז טאקע גערופן געווארן אין זיין נאמען די בר לב ליניע.

אנהייב 1972 איז זיין טערמין אפגעלאפן, ער איז געווארן קאמערץ און אינדוסטריע מיניסטער. ווען די יום כיפור מלחמה האט אויסגעבראכן איז ער צירוק אלס רעזערוויסט אין מיליטער, אנהייב אלס אנווייזער אין צפון פראנט, דערנאך אלס קאמאנדיר פון דרום פראנט, בר לב האט געהאלפן צו עטוואס סטאביליזירן די סיטואציע, און באוויזן ארויסצוגיין פון די דעפענסיוו צו די אפענסיוו, ווי צום ענדעהאבן ישראל זעלנער אריבערגעשפרייזט די סועץ קאנאל, און בארינגלט די עגיפטישע דריטע ארמיי.

ווען די קריג האט זיך גענדיקט, איז ער צוריק אין כנסת, און געווען מיניסטער פון קאמערץ אין די רעגירונגען פון גאלדע מאיר, און פון יצחק רבין אין רבינס ערשטע קאדענציע. ווען יצחק שמיר און שמעון פערעס, האבן רעגירט אין די פאראייניקטע רעגירונג, האט ער געדינט אלס פאליציי מיניסטער, ביז ווען די העבודה איז ארויסגעווארפן געווארן פון די רעגירונג דורך שמיר.

אין יאר 1992 איז ער געווען דער ערשטער ישראל אמבאסאדאר, צו די קהל פון זעלבשטענדיקע שטאטן, און געדינט אויף דעם אמט ביז צו זיין טויט דעם 7טן מיי 1994.