טאמאס פון אקווינא
מראה
געבורט |
1225 Q116415, Q188586 |
---|---|
טויט |
7 מערץ 1274 (אלט 49 בערך) Q170174 |
אַמט | פראפעסאר |
טאמאַס פֿון אַקווינא, (לאטייניש: Thomas Aquinas; 1225 – 7טן מערץ, 1274) איז געווען א קאטוילישער דאמיניקאנער גלח פון אקווינא, איטאליע. ער האט שטודירט פילאסאפיע און טעאלאגיע. טאמאס איז געקומען פון אן אדעלער משפחה אין דער מלוכה פון נאפאלי. ער ווערט גערעכנט פון די חשובסטע קאטוילישע פילאסאפן.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]טאמאס איז געבוירן געווארן יאנואר 1225 אין ראקאסעקע. ביי די פינף יאר האט טאמאס אנגעהויבן זיין בילדונג אין מאנטע קאסינא. ביי די ניינצן יאר האט ער באשלאסן זיך פארבינדן מיט די דאמיניקאנער. זיין משפחה אבער האבן געוואלט ער זאל ווערן א בענעדיקטינער מאנאך, דערפאר האבן די דאמיניקאנער אים געשיקט קיין רוים און פון דארטן קיין פאריז.
אין 1245 האט טאמאס שטודירט אינעם אוניווערסיטעט פון פאריז.