מעטאפיזיק
מראה
מעטאפיזיק איז די פילאסאפיע וואס פֿארשט אויס די פרינציפן פון ממשות וואס שטייגן אריבער די באזונדערע וויסנשאפטן. מעטאפיזיק איז כולל קאסמאלאגיע און אנטאלאגיע.
דאס ווארט שטאמט פון גריכיש μετά (מעטאַ) (וואס איז טײַטש "אריבער" אדער "נאָך") און φυσικά (פֿיזיקא) (טײַטש "פיזיש"), "
א צענטראלער אפצווייג פון מעטאפיזיק איז אנטאלאגיע, די אויספארשונג פון סארטן זאכן אין דער וועלט און דאס שייכות איינס מיט אנאנדער. דער מעטאפיזיקער וויל אויך מברר זײַן ווי אזוי מענטשן פארשטייען די וועלט, אײַנשליסנדיק עקזיסטענץ, פלאץ, צייט, קויזאליטעט, און מעגלעכקייט.