לדלג לתוכן

רעאליטעט

פֿון װיקיפּעדיע

רעאַליטעט אדער ממשותדיקייט איז יעדע זאך וואס איז עכט, אויסשלינדיק וואס איז אויסגעטראכט. א געשעעניש וואס האט טאקע פאסירט אדער א זאך וואס עקזיסטירט האט "רעאליטעט". די רעאליטעט קען זיין אנדערש פון וויאזוי א זאך זעט אויס אדער ווי מענטשן מיינען.

פילאסאפיע באהאנדלט די נאטור פון רעאליטעט, און דאס שייכות צווישן רעאליטעט און א מענטשנס שכל (ווי אויך שפראך און קולטור). פֿילאסאפֿישע פֿראַגעס וועגן רעאליטעט און עקזיסטענס געהערן צו דער שטודיע גערופן אנטאלאגיע, א וויכטיגע צווייג פון מעטאפיזיק.

אנטאלאגישע פֿראגעס ווערן אדורכגעקלערט אין פארשידענע צווייגן פון פילאסאפיע, כולל פילאסאפיע פון וויסנשאפט, פילאסאפיע פון מאטעמאטיק, פילאסאפיע פון רעליגיע און פילאסאפישער לאגיק. צווישן די פראגעס זענען צי נאר פיזישע אביעקטן קענען זיין עכט, צי אביעקטן עקזיסטירן וואס געהערן צו וויסנשאפטלעכע טעאריעס וואס מען קען אבער נישט זען, צי נומערן און אבסטראקטע אביעקטן עקזיסטירן און צי אנדערע וועלטן עקזיסטירן.


פילאסאפיע
טערמינען
גרונטלעכע טערמינען אורזאכלעכקייט • אינסוף • אמת און שקר • אפאסטעריארי • אפריארי • דיאלעקטיק • הנחה • זמן • חומר ורוח • חוק הזהות • גוט און שלעכטס • ישות • כשל לוגי • לוגוס • מהות • רעאליטעט • ערך • פאראדאקס • צדק • תכונה
טעאריעס/תפיסות אוטיליטאריזם • אוניווערסאליזם • אימננטיות • אמנה חברתית • בחירה חופשית • בעיית הראוי-מצוי • הבעיה הפסיכופיזית • דעאנטאלאגיע • דואליזם • העדאניזם • האליזם • היסטאריציזם • השכל הפועל • טיעון השפה הפרטית • כשל נטורליסטי • לאגיציזם • מאטעריאליזם • מאניזם • מונאדה • מעכאניזם • מעטאפיזישער נאטוראליזם • ניהיליזם • נאמינאליזם • סוביעקטיוויזם • סאליפסיזם • ספקנות • על-אדם • עשרת הכבלים • פאזיטיוויזם • פטליזם • פאנטעאיזם • הפרא האציל • הצו הקטגורי • הקוגיטו • רעדוקציאניזם • רעלאטיוויזם • תערו של אוקאם
פילאסאפיע פארטאל