ראציאנאליזם

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

ראציאנאליזם הייסט דאס פארעכענען דעם ראציאנאל אלץ דער העכסטער און חשוב'סטער קוואל פון וויסנשאפט. אנשטאט אפעלירן צו געפיל אדער מאראל, אדער די חושים, אפעלירט ראציאנאליזם צו קאלטע לאגיק און אינטעלעקטואלער סברא.

די מאדערנע מערב-וועלט אידעאלאגיע שטייט אויף די פילאזאפיע פון ראציאנאליזם. דאס הייסט, אז פאר אלעס זוכט מען א ראציאנאלען ערקלערונג געבויט אויף לאגיק און פאקטן, און מען שטייט אוועק פון ערקלערן געשעענישן אויף א ניסים'דיגער, אומנאטירלעכן אופן. אזוי אויך שטופט ראציאנליזם אפ אמונות טפילות צוליב וואס זיי זענען נישט געבויט אויף די באקאנטע געזעצן פון נאטור.

באקאנטע ראציאנאליסטישע פילאזאפער זענען געווען רענע דעקארט, ברוך שפינאזא, גאטפריד לייבניץ און אימאנועל קאנט.

אידישער ראציאנאליזם[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

פיל פון די גאונים זענען געווען ראציאנאליסטן. סעדיה גאון, פון די ערשטע אידישע ראציאנאליסטן נאכן חתימת התלמוד, האט אין זיין ווערק אמונות ודעות געפרואווט איבערווייזן די אידישע יסודות הדת אויף א ראציאנאליסטישן אופן.

נאך דער תקופת הגאונים, איז דער גאונימישער ראציאנאליסטישער שטריך אריבער צו די ספרדישע לענדער. ר' אברהם אבן עזרא איז געווען א פראמינענטער ראציאנאליסט. זיין פירוש אויף די תורה איז באזירט אויף פשט, און פון דרש לאכט ער געווענטליך אפ. זיין מהלך אין אזעלכע ענינים ווי השגחה פרטית און נסים אויף אן אומנאטירליכען שטייגער איז אויך שטרענג ראציאנאליסטיש.

נאכפאלגנדיג סעדיה גאון האט דער רמב"ם שטארק אויסגעברייטערט און באפעסטיגט די יסודות פון אידישע ראציאנאליזם. דעם רמב"ם'ס מורה נבוכים איז א פיאנירישע ווערק ווי ער ארבייט אויס די אידישע רעליגיע געבויעט אויף די ראציאנאליסטישע יסודות פון אריסטו און די אראבישע פילאזאפער פונעם רמב"ם'ס תקופה.

און אגרת תימן שרייבט דער רמב"ם אז מאנכע שוטים מיינען אז ווי מער מען טייטשט אריין פאנטאסטישע אומנאטירלעכע נסים'דיגע געשעענישן אין די תורה, אלס מער ווער די כבוד פוו גאט דערהויבן. דער אמת איז אבער פונקט פארקערט, אז גאט פירט די וועלט מיט א סדר און צו זאגן אז ער דארף אפנויגן פונעם ארדער כדי צו באשטראפן רשעים אדער באגליקן צדיקים, איז בכלל נישט קיין כבוד פאר גאט. אדרבא, ווי ווייניגער ער דארף אפנויגן פון דעם סדר, אלץ גרעסער איז עס א כבוד פאר גאט.


פילאסאפיע
P philosophy1.png
שטראמען/שולעס
טאאיזםהאסכולה הפיתגוראיתהאסכולה האלאטיתהאסכולה האטומיסטיתמוהיזםלעגאליזםנאטוראליזםהאסכולה הפריפטטיתהאסכולה הסטואיתהאסכולה הציניתנעאפלאטוניזםהאסכולה האפיקוראיתקאנפוציאניזםסכולסטיקהראציאנאליזםעמפיריציזםעקזיסטענציאליזםנעא-קאנפוציאניזםפענאמענאלאגיעאנאליטישע פילאסאפיעפראגמאטיזםפאסטמאדערניזםבודהיסטישע פילאסאפיעהינדואיסטישע פילאסאפיעדזשייניזםפילאסאפיע יהודית
פילאסאפיע פארטאל