װיקיפּעדיע:זיי דרייסט אין פארבעסערן ארטיקלן
דער בלאט איז אן אפיציעלע אנווייזונג פאר דער אידישער וויקיפעדיע וואס איז ברייט אנגענומען דורך שרייבערס. כאטש עס איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען, ס'איז אבער נישט קיין פאליסי. אויב איר ווילט ענדערן דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. האט איר א ספק, דאן רעדט עס דורך אויפ'ן רעדן בלאט. |
די וויקיפעדיע געמיינדע ראט פאר די באניצערס צו זיין דרייסט ווען מען ענדערט ארטיקלען. וויקיס טוען זיך אסאך שנעלער אנטוויקלען ווען מענטשן פאררעכטן פראבלעמען, לייגן צו פאקטן, מאכן זיכער אז די שפראך איז קלאר און ריכטיג א.א.וו. מיר רעכענען זיך אז מענטשן וועלן זיין דרייסט. עס איז גוט אזוי. אמת, עס פארלאנגט זיך א מאס איידלקייט, אבער עס ארבעט. פארזוכט עס אליין.
אויב האט איינער געשריבן א נישט גוטן ארטיקל, א שטומף, א וויצלדיגן ארטיקל, אדער סתם שטותים, זארגט נישט אז מיטן פארענדערן וועט איר יענעם באליידיגן. פאררעכט און פארבעסערט; אויב עס איז געשריבן הוילע שטותים דאן מעקט עס אויס. דאס מיינט א וויקי.
איר דארפט געדענקען אוודאי אז יענער קען טאן דאס זעלבע, דרייסט און אן רחמנות ענדערן און פאררעכטן אייער ארבעט. נעמט עס נישט פערזענליך. זיי, אזוי ווי מיר אלע, ווילן נאר מאכן די וויקיפעדיע דאס בעסטע וואס עס קען זיין.
אכטונג
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]עס איז גוט צו זיין דרייסט. ביטע נעמט אבער אין אכט: דאס מיינט נישט אז איר זאלט מאכן ברייטע ענדערונגען און מעקן גאנצע חלקים אויף לאנגע ארטיקלען ווי מען האט שוין לאנג ארומגערעדט און עס איז דא אויף דעם אן אלטע היסטאריע. אין די פעלער, מאכט אלץ זיכער אז אייערע ענדערונגען זענען ריכטיג און פאסיג.
צו מאל זענען דא ארטיקלען וואס זענען געשריבן און געטוישט געווארן נאך לאנגע און ברייטע דיסקוציעס צווישן פילע באנוצער מיט פארשידענע מיינונגען. אן אומפארזיכטיגע ענדערונג וועט זיין דאס גלייכן ווי טשעפען מיט א בינען נעסט.
אויב ווילט איר ענדערן אויף א קאנטראווערסיעלע נושא איז ראטזאם צו ליינען קודם דעם גאנצן ארטיקל מיט דעם רעדן בלאט און אויך איבערצוקוקן דעם בלאט'ס געשיכטע אויף צו פארשטיין וואס דער ארטיקל איז שוין דורכגעגאנגען און וואס זענען די פארשידענע מיינונגען פון די וואס האבן אין איר אנטייל גענומען.
אויב רעכנט איר אז אנדערע וועלן מיט אייך מחולק זיין איבער אייערע ענדערונגען, ערקלערט קודם אייערע פונקטן איינס ביי איינס אין דעם רעדן בלאט און ברענגט אראפ ריכטיגע מקורות. דערנאך ווארט א טאג צו זען אויב אנדערע שטעלן זיך אנטקעגן. אויב קיינער שטעלט זיך נישט, דאן גייט ווייטער מיט אייערע ענדערונגען, אבער מאכט אייביג זיכער צו לייגן גרויסע געמעקטע שטיקלעך אין דעם רעדן בלאט אינאיינעם מיט די סיבות פארוואס איר נעמט זיי אוועק. מאכט אויך זיכער אריין צו פילן דעם "קורץ ווארט" אויף אייער ענדערונג.
ווארענען
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אזוי ווי זהירות: זיין געווארענט און זיך באווארענען איז דער ערשטער שטאפל אין לעבן, זאלט איר נישט זיין דערשראקן פון איינער וואס האט אייך איבערגעלאזט א ווארענונג אינעם רעדן בלאט. איר זאלט אים ענטפערן רואיג אן קיין האס און פאַניק ווייל יענער מיינט נישט גארנישט, נאר אפצוהיטן און זיך באווארענען אז קיינער זאל נישט פארהארגענען וויקיפעדיע. און איר זענט אויך אויפגעפאדערט צו זיין דרייסט און ווארענען יעדעס מינדעסטע פארדאכט ווען אימער איר באמערקט איינעם טוישן אדער מעקן לויט אייער פארשטאנד מיט וואנדאליסטישע כוונות צו שטערן וויקיפעדיע. ווייל וואנדאלן מוזן ווערן געווארענט כדי די מנהלים זאלן אים באמערקן און ארויסווארפן. א ווארענונג מיינט נאך נישט אז יענער איז אפגעסטעמפלט א וואנדאל, עס מיינט נאר אז יענער זאל מוזן אויפקלערן זיין כוונה אז ער האט באמת טאקע נישט געמיינט קיין וואנדאליזם.
צום באמערקן...
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]כאטש עס איז א פיינער זאך צו זיין דרייסט ווען איר ענדערט ארטיקלען, איז אבער נישט אזוי פשוט ווען עס קומט צו מוסטערן. א ענדערונג אין א מוסטער קען ווערט אפט אנדערקענט אין פילע בלעטער. עס איז ראטזאם דורכצורעדן ענדערונגען אויפ'ן רעדן בלאט איידער איר מאכט דארט א טויש.
וויקיפעדיע אנווייזונגען |
---|
אינהאלט |
קלאסיפיקאציע |
אונטערבלאט |
רעדאקטירן |
רעדן |
אויפירונג |
עטיקעט |
סטיל |
האנטבוך
זעט אויך אפיציעלע פאליסי ליסטע |