הילף:לעצטע ענדערונגען

פֿון װיקיפּעדיע
הילף אינהאַלט



די לעצטע ענדערונגען זײַט איז די זייט וואו איר קענט מיטהאלטן אלע לעצטע טוישן פון באניצערס, סארטירט לויטן זייגער: ווער, און וואס עס איז געווארן געענדערט. די זײַט איז ניצלעך אויפצופאסן אויף די לעצטער ענדערונגען געמאכט צו אלע ארטיקלען. מיט דעם קען מען פאררעכטן גרײַזן און פֿארמײַדן וואנדאליזם.

טרעפט דאס אין דער רעכטער זייט פון יעדן בלאט, אויף דער פערטער שורה, (אונטער הויפט זייט, ברוכים הבאים, און אינהאלט.

אויב איר ווילט זעהן די לעצטע ענדערונגען אויף א בעסערן פארמאט וואס ווייזט אלע שינויים פון א זעלבע ארטיקל אונטער איין ליניע, גייט אריין אין פרעפערענצן (אויבן), קלויבט אויס דעם טאַב "לעצטע ענדערונגען" און טייטלט אָן דאָס קעסטל "פֿאַרבעסערטע "לעצטע ענדערונגען" (JavaScript)".

אן ענדערונג וואס האט א מ צוגעצייכענט אזוי ווי דאס: מ מיינט אז די ענדערונג איז געווען א מינדערוויכטיגע ענדערונג.

אן ענדערנוג וואס האט א נ צוגעצייכענט אוזי ווי דאס: נ מיינט אז עס איז א נייע ארטיקל.

צאל ארטיקלען אינעם 'לעצטע ענדערונגען' בלאט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער אויטאמאטישער אויסקלויב פון דעם 'לעצטע ענדערונגען' בלאט צייגט די לעצטע 50 ארטיקלען וואס מע האט געענדערט. אויבן איבער דער ליסטע פון די ארטיקלען קענט איר טרעפן א פונקציע צו צייגן מער ווי די 50 לעצטע ארטיקלען, די אפציעס זיינען 50, 100, 250, 500. אויב ווילט איר זען אן אנדער צאל ארטיקלען, למשל 1000, קענט איר דאס מאכן דורכן שרייבן גענוי דעם באשטימטן צאל אין סוף פון דער אדרעס ליניע פון דעם בלעטערער אזוי: &limit=1000 אא"וו.

דריקט אויפן בילד צו פארגרעסערן עס