װיקיפּעדיע:מערקווערדיג

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון הילף:מערקווערדיג)
וויקיפעדיע אנווייזונגען
אינהאלט

אויטאביאגראפיע
קאפירט נישט קיין מקורות

קלאסיפיקאציע

אונטערבלאט
באדייטן
קאטעגאריעס, רשימות און מוסטערן
קאטעגאריזאציע

רעדאקטירן

זייט דרייסט
Build the web
קורץ ווארט
Article size

רעדן

רעדן
אונטערשרייבן
בויט אויף קאנסענסוס

אויפירונג

עטיקעט
דן זיין לכף זכות
Do not disrupt Wikipedia to illustrate a point
Don't bite the newcomers
באניצער בלאט

סטיל
האנטבוך
זעט אויך אפיציעלע פאליסי ליסטע
דער בלאט איז אן אפיציעלע אנווייזונג פאר דער אידישער וויקיפעדיע וואס איז ברייט אנגענומען דורך שרייבערס. כאטש עס איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען, ס'איז אבער נישט קיין פאליסי. אויב איר ווילט ענדערן דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. האט איר א ספק, דאן רעדט עס דורך אויפ'ן רעדן בלאט.

וויקיפעדיע מערקווערדיג איז דער וועגווייזער נישט צו באשרייבן סתם ענינים נאר בלויז זאכן מענטשן געשענישען אדער פלעצער וואס זענען מערווערדיג.

א גוטער מבחן וויאזוי צו זען צי אן ארטיקל איז גענוג מערקווערדיג איז די וויקיפעדיע:אינטערשפראך לינקס. אבער נישט אלעס וואס איז מערקווערדיג פאר די כינעזיש־וויקיעפדיע דארף אויטאמאטיש זיין מערקווערדיג אין דער יידיש־וויקיפעדיע.

דעריבער אויב האלט איר אז א געוויסער ארטיקל איז נישט גענוג מערקווערדיג אדער איז דאס נישט באקאנט דאן לייגט ארויף די מוסטער {{מערקווערדיג}} און דאס וועט זיך ווייזן אזוי:

וואס איז די חשיבות פון דעם בלאט?

די טעמע, אין איר איצטיגער פארעם וויאזוי עס איז באשריבן, איז נישט גענוג מערקווערדיג אדער נישט גענוג א פובליקער פיגור. ביטע טוט דאס פארעכטן אדער פארברייטערן, אדער דאס דורכרעדן אין דעם שמועס זייט.
אויב ביז א וואך ארום איז נאך נישט פארהאן קיין קאנסענסוס איבער דעם קען דאס ווערן אויסגעמעקט לויט די אויסמעקן פאליסי.
סיבה: {{{1}}}

אזוי ארום וועט מען זיך אויסשמועסן צו איר זענט טאקע גערעכט צו נישט.

מען דערלאזט נישט קיין שום פריוואטע אינפארמאציע, מיר זענען קודם איבער אלעם אן ענציקלאפעדיע.

דער הויפט פאקטאר פון א באקאנטן מפורסמדיגן פערזענליכקייט אדער זאך אדער וועב סייט און אזוי ווייטער איז זיין ביישטייערונג פאר דער וועלט לטוב או לרע. אויב זיין נאמען איז געווען פארמישט אין עפעס א סקאנדאל, אויסטרעף אדער חידוש וואס האט געהאלפן טוישן די וועלט איז ער א מפורסם.

עס ווערט באשריבן אין אנדערע ענציקלאפעדיעס אדער אין די פרעסע. אן דעם וואס איז קלאר אז יענער האט דאס אלייןס געשריבן איבער זיך, און עס איז נישט הוילע ספעם אדער פרעס רעליס, דאן איז דאס גענוג מפורסם פאר וויקיפעדיע און מען קען דאס שוין פעסטשטעלן לויט די אנווייזונגען פון וויקיפעדיע:צייגט מקורות.

א גוגל פראבע ווערט באנוצט אין אלע וויקיעפדיעס צו אנטשיידן ווען אימער עס איז דא א דעבאטע צו א טעמע איז גענוג מערקבאר.

דאס ארבייט אזוי אז אויב ווען מען טייפט אריין דער נאמען פון די זאך, געזעלשאפט, מענטש אדער באגריף קומט ארויף אין די רעזולטאטן פאפולערע וועבזייטן, אויף די ליסטע פון די גוגל לינקס. דייקא גוגל און נישט יאהו ווייל גוגל האט אזא אפמאך מיט וויקיפעדיע אז אלעס וואס מענשטן זיכן וועט קודם גיין צו וויקיפעדיע, און וויקיפעדיע זעהט אין דעם א סטאנדארט פון באגלייבטקייט או ישרות פון זייער טול. ווי אויך האט גוגל די בעסטע ספעציעלע טולס צו צענזורירן און פילטערן נארישע ספעם וועבסייטס, אזוי ארום אז איינער וויל ווערן פאפולער און איז נישט באמת פאפולער קען זיך נישט פארשפרייטן אלייןס זיין נאמען.