װיקיפּעדיע:קאפירט נישט קיין מקורות

פֿון װיקיפּעדיע
דער בלאט איז אן אפיציעלע אנווייזונג פאר דער אידישער וויקיפעדיע וואס איז ברייט אנגענומען דורך שרייבערס. כאטש עס איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען, ס'איז אבער נישט קיין פאליסי. אויב איר ווילט ענדערן דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. האט איר א ספק, דאן רעדט עס דורך אויפ'ן רעדן בלאט.

אזוי ווי אלץ וואס ווערט געשריבן דא מוז האבן א מקור ערגעץ אנדערשט, דאך מוז מען אכטונג געבן נישט קאפירן ווארט אויף ווארט פון מקורות וואס זענען געשוצט מיט קאפירעכט. עלטערע ווערק וואס האבן שוין פארלוירן זייער קאפירעכט, ווי אויך אזוינע ווערק וואס זייער פארפאסער האט זיי אוועקגעשאנקען צום כלל מעג מען ניצן פרייערהייט. אין אזא פאל איז דאס מערסטענסטייל נישט געשריבן פאר אן ענציקלאפעדיע און מוז באארבעט ווערן. מ'זאל דעריבער אויפפאסן אז דער סטיל זאל זיין צוגעפאסט צו וויקיפעדיע (און מ'זאל אויך צוגעבן געהעריגע וויקילינקען און קאטעגאריעס).

אמאל מעג מען קאפירן אפילו קאפירעכט חומר טאמער דאס איז שטארק נייטיג צום ארטיקל לויט די כללים פון יושר'דיק באניץ.


אפילו ווען דער חומר איז פריי פון קאפירעכט, מ'זאל נאר אריינקאפירן אין וויקיפעדיע גאר לאנגע זאכן, למשל טעקסטן, מאפעס, קונסטווערק און אנדערע ניצלעכע בילדער.

אויב האט איר גאנצע ווערק ווי אין פארעם פון א ליד אדער אפילו גאנצע קונטרסים, וואס איר ווילט קאפירן פארן פרייען פובליקום און עס איז אבסאלוט שוין נישט באגרעניצט אונטער די קאפירייט אומשטענדן קענט איר דאס ארויפשטעלן אויפן וויקיביבליאטעק פראיעקט.