װיקיפּעדיע:קאנסענסוס

פֿון װיקיפּעדיע
דער בלאט איז אן אפיציעלער פאליסי בלאט פאר דער יידיש־וויקיפעדיע. ער איז ברייט אנגענומען דורך שרייבער און ס'איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען. אויב ווילט איר ענדערן פאליסיס אין דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. אויב האט איר א ספק דאן רעדט עס דורך אויפן רעדן בלאט. און אויב ווילט איר אפשרייבן נייע שכל'דיגע פאליסיס מוז דאס זיין פאסעדיג צו דער הויפט ענגליש־וויקיפעדיע (און\אדער דער העברעיש־וויקיפעדיע) פאליסיס.


פאליסיס
פרינציפן

פינף זיילן
וואס וויקיפעדיע איז נישט

ארטיקל סטאנדארטן

נייטראל
צייגט מקורות
ביאגראפיעס פון לעבעדיגע מענטשן
נאמען פון ארטיקל

צוזאמענארבעט מיט אנדערע

זיך אויפפירן העפליך
קאנסענסוס
קיין פערזענלעכע אטאקעס
לייזן מחלוקת'ן

די פראצעדורע אין וויקיפעדיע איז אז איינער שרייבט אן ארטיקל און א צווייטער טוט פאררעכטן אדער צולייגן צום ארטיקל א.א.וו. במילא איז דער ארטיקל א קאנסענסוס פון אלע באניצערס וואס האבן אים רעדאקטירט. דאס איז א נאטירלעכער ארויסקום פון שרייבן אין וויקיפעדיע.

וויקיפעדיע איז נישט קיין דעמאקראטיע געזעלשאפט. אבער דאך זענען מיר יא א דעמאקראטישע ענציקלאפידיע.

דאס הייסט מיר זיכן קודם צו אפמאכן און אנעמען באשלוסן מיט א קאנסענסוס פראצעדור, אז אלע מיטגלידער האבן דער זעלבער זכות גלייך צו מחליט זיין וועגן וויקיפעדיעס דורכפירונגען, אפילו דער מיעוט. ווען עס איז דא א מיינונגס פארשידעהייט וויאזוי צו טאן פרובירט מען אייביג מאכן א פשרה. אויב מ'קען זיך נישט אויסקומען צו א פשרה וועגן וועלכער ענין ס'זאל נאר נישט זיין, פירט מען דורך וואלן פאשטייט זיך נאר נאכן געהעריג זיך דורכרעדן און זיך פריווען קומען צו א קאנסענסוס, וואס יעדער וויקיפעד קען דאן שטימען.

ווען מען זאל נישט מאכן וואלן[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

סתם ענינים וואס האט נישט מיטן אינפארמאציע אפהיטונג אדער שרייבן עצם אינפארמאציע. ווי למשל מיר קענען נישט לאזן דא וואלן פאר איינעם אויסבלאקירן אז טאמער ער האט נישט געבראכן קיין פאליסי. דאס אז ער פירט זיך אויף לויט די פאליסיס מאכט אים דא וועלקאם נישט קיין חילוק וואסארא טענות ער האט אלס, אויב די טענות זענען ריכטיגע מוזן מיר אים דולדן. און אויב די טענות זענען פאלטש, דאן האט ער געבראכן פאליסי פון נישט טשעפענן אנדערע באנוצער מוז מען אים בלאקירן.