װיקיפּעדיע:פינף זיילן
מראה
וויקיפעדיע אפיציעלע פאליסיס און אנווייזונגן קענען ווערן סומירט אין ווי פינף זיילן וואס דעפנירן דעם כאראקטער פונעם פראיעקט:
וויקיפעדיע איז אן ענציקלאפעדיע וואס אינקארפארירט עלעמענטן פון אלגעמיינע ענציקלאפעדיעס, ספעציאליזירטע ענציקלאפעדיס און אלמאנאקן (לוחות). אלע ארטיקלען מוזן אויספאלגן אונזער קיין אריגינעלע פארשונג פאליסי, און שטרעבן פאר פעסטשטעלענדע פינקטלעכקייט: מ'קען אויסמעקן מאטעריאל אן א מקור, דעריבער זייט אזוי גוט און גיטס רעפערענצן. אין וויקיפעדיע שטעלט מען נישט קיין פערזענלעכע דעות, דערפארונגען אדער ארגומענטן. וואס וויקיפעדיע איז נישט גלאט אין דער וועלט אריין א פארזאמלונג פון אינפארמאציע. וויקיפעדיע איז נישט קיין פרייע דרוק, עקספערימענט פון אנארכיע אדער דעמאקראטיע, אדער א וועב אדרעס בוך. זי איז אויך נישט קיין צייטונג אדער א פארזאמלונג פון מקורות; דאס קען מען ביישטייערן צו וויקימעדיע שוועסטער פראיעקטן. | |
וויקיפעדיע האט א נייטראלן קוק, דאס הייסט מען זוכט ארטיקלען וואס רעקאמענדירן נישט קיין איין מיינונג. אמאל פאדערט דאס ברענגען פארשיידענע דעות, יעדע איינע אקוראט. מען מוז ציטירן קאנטראלירלעכע, פארלעסלעכע מקורות ווען נאר מעגלעך, ספעציעל בנוגע צו קאנטראווערסיאלע טעמעס. | |
וויקיפעדיע איז פרייער תוכן וואס יעדער איינער מעג רעדאגירן. דער גאנצער טעקסט איז צו באקומען אונטער דעם GNU דערלויבעניש פאר פרייער דאקומענטאציע (GFDL) און מעג ווערן פארשפרייט אדער פארבונדן בהסכם דערמיט. אנערקענט אז אבי ווער קען ענדערן ארטיקלען און קיין שום יחיד קאנטראלירט נישט קיין געוויסן ארטיקל; דערפאר, נארוואס איר האט געשריבן קען ווערן געענדערט און ווייטערפארשפרייט ווי עמעצער ווילט זיך. מען טאר נישט ברעכן קאפירעכט צושטעלן ארבעט וואס איר דערלויבניש איז כנגד דעם GFDL. | |
וויקיפעדיע האט אויפפיר (התנהגות) תקנות: האטס דרך ארץ פאר מיט-וויקיפעדן אפילו ווען איר האט חילוקי דעות מיט זיי. זייט ציוויל. פארמיידט קאנפליקטן פון אינטערעסן, פערזענלעכע אטאקעס און כוללדיגע גענעראליזירונגען. זוכט קאנסענסוס, פארמיידט רעדאקציע מלחמות, פאלגטס די דריי-מאל איבערדרייען תקנה, און געדענקט אז עס זענען 15,493 ארטיקלען אין דער יידישער וויקיפעדיע צו באארבעטן און אדורכצושמועסן. | |
וויקיפעדיע האט נישט קיין שטרענגע כללים אחוץ די פינף פרינציפן פארגעשטעלט דא.
די כללים אין וויקיפעדיע קענען ווערן געענדערט מיט צייט. זייט דרייסט ביים רעדאקטירן, באוועגן און ענדערן ארטיקלען. |