לדלג לתוכן

װיקיפּעדיע:וואלן

פֿון װיקיפּעדיע

צו מיינט איר וויקיפעדיע:פארלעמענט

וואלן אין דער וויקיפעדיע איז א זאך וואס מ'קען זיך נשיט פארמיידן. ווייל אירע באנוצער זענען פארט א קהילה.

דער הויפט כלל וואס מען דארף דא וויסן איז אמת וויקיפעדיע איז פריי פאר יעדן גלייך און מיר ארבייטען לויט א קאנסענסוס. אבער פארט איז דאס נישט קיין דעמאקראטיע פראיעקט. הגם סורוועיס און וואלן צייגן דאך א צייכן וואס איז קאנסענסוס, איז אבער וואלן דיסקארזשעט, ווייל עס ברענגט צו מחלוקת און איבעריגע מלחמות וואס די טייערע צייט קען גיין אויפבויען די אינפארמאציע.

די וואלן זענען בלויז די לעצטע מיטל ווען דער מיינונגס פארשידעהייט איז געקומען צו אזא ענדע וואס פארשטערט די צוזאמן ארבייט אין וויקיפעדיע, דאן האט מען נישט קיין ברירה נאר איינמאל פאר אלעמאל צושליכטן דעם פראבלעם אז טייל באנוצער שרייען אז אינפארמאציע איז נישט ריכטיק און טייל יא דארף מען דאך דאס שליכטן מיט א קאנסענסוס. אויף דעם זענען געאייגענט די רעדן בלעטער קודם זיך אויסצוטענה'נען און בלויז ווען מען קומט נישט צו קיין שליכטונג איז געאייגענט די וויקיפעדיע:פארלעמענט בלאט צו מאכן א שנעלער וואוט זעהן וועלכע טענה איז מער אנגענומען.

אז איינער וויל עפעס טוישן דארף ער נישט רעדן בכלל בלויז אז איינער ענדערט אים צוריק דארף מען רעדן. ווען מ'האט גערעדט און יענער ענטפערט נישט איז א סימן אז ער האט מודה געווען. און מען קען צוריקטוישן אן קיין וואלן. וואלן זענען בלויז נאכדעם וואס אלע צדדים האבן זיך געהעריג אויסגעטענה'ט און זיך באצויגן צו פרובירן כאטשיג אביסל צו ענטפערן אלע טענות וצדדים לכאן ולכאן.

צו הערן די מיינונג פון מערערע באנוצער לייגט ארויף די מוסטער {{ארטיקל וואלן}} אינעם ארטיקל.

הילף אינהאַלט



אפצוגעבן אייער שטימע נאכן ליינען די פארשריפטען גייט אריין אין וויקיפעדיע:פארלעמענט אדער אין די דאזיגע רעדן בלעטער

עס איז פאראן פארשידענע כללים ווי אזוי צו וויילן:

  • דער וויקיפעד מוז זיין פארשריבן א חודש.
  • יעדער מענטש קען קלייבן נאר איין מאל, אויך אזעלכע וואס האבן דא עטליכה באנוצערס נעמען מעגן נאר איינמאל קלייבן. ביטע! היט דעם דעמאקראטישן געדאנק, און קלייבט נאר איין מאל!
  • יעדער קען פארלאנגן צו עפענן וואלן נאר עס איז געאייגענט קודם זיך דורכרעדן מיט א סיסאפ איבער דעם.
  • אין דער יידישער וויקיפעדיע (אזוי ווי ביי אנדערע וויקיפעדיעס) קען מען נישט שטימען אויב מען האט ווייניקער ווי 100 עדיטס צו די ארטיקלן און אויב מען איז ווייניגער אלט ווי איין חודש.
  • די עדיטס מוזן זיין אין די מעין נעיםספעיס אטריקלן נישט אין קיין רעדן בלעטער אדער אין קאטעגאריעס.
  • וואלן מוזן זיין אקטיוו לכל הפחות 3 טעג ביז מאקסימום א וואך, ווענדענדיג זיך אין די באשלוס פון די סיסאפן לויטן נחיצות פון קומן צו א באשלוס.

זיך האלטן צו די וואלן אויסקום

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

יעדער איינער איז געבינדן צו די וואלן אויסקום צו ער האט דאס בויקאטירט צו נישט. אויב רעכענט ער זיך נישט מיט וואלן פון די קהילה הייסט דאס אז ער איז נישט טייל פון די וויקיפעדיע:עטיקעט אידיאל און דארף אויסבלאקירט ווערן.

די וואס וועלן עובר זיין אויף די וואלן אויסקום 2 מאל א וואך קענען ווערן בלאקירט אפילו נאר מיט איין ווארענונג.

די וואס וועלן עובר זיין אויף די וואלן אויסקום דריי מאל אין די זעלבע וואך קענען ווערן ארויסבלאקירט אפילו אן א ווארענונג.

די שטראף פון ווערן בלאקירט איז לכל הפחות אויף א וואך, עס קען אויך זיין אויף מער אויב די סיסאפען שפירן דאס פאר וויכטיג.