לדלג לתוכן

װיקיפּעדיע:טשעקיוזער

פֿון װיקיפּעדיע
הילף אינהאַלט



טשעקיוזער איז א פונקציע פון דער וויקימעדיע סיסטעם וואס ווערט באניצט אויף אלע זייערע וויקיס. נאר א באגרענעצטע צאל באניצערס האבן א רעכט צו ניצן די פונקציע.

דאס ווייזט סיי וויפל ניקס נוצן די זעלבע איי פי אדרעס. און סיי וויפל איי פי אדרעסן איין ניק נוצט. און סארטירט אויס אלע ארטיקלען וואס זענען געשריבן פון איין איי פי אדרעסע.

מען באנוצט דאס צו האלטן געבלאקטע אויסגעשפארטע באנוצער אינדערויסן; זיי זאלן נישט קענען צוריקומען דורך זייערע פארשידענע איי פי אדרעסן מיט א נייעם אדער אלטן ניק. אדער דורך א פרישן ניק וואס נוצט די זעלבע איי פי. דאס הייסט ווען מען שפארט אויס איינעם, ווערן אלע זיינע איי פי אדרעסן און ניקס פארבינדען אז דאס איז דער זעלבער.

ביי א טראל העלפט נישט די טול ווייל ער באווארענט זיך נישט צו נוצן די זעלבע אייפי פארן זעלבן ניק.

יעדער איינער קען דאס פארלאנגן פון סיי וואסארא סטוארט דורכפירן. אבער מיט א זאכליכע טענה אז יענער באנוצט זיך אלס סאקפאפעט צו געווינען קאנסענסוס.

אכטונג: אין א שוואכער וויקיפעדיע ווי די אידישע וויקיפעדיע איז דאס כמעט גארנישט ווערט ווייל רוב באנוצער שרייבן נישט מיטן זעלבן נאמען מערערע מאל אין א קורצע צייט אפשניט. און די טול גייט נאר צוריק מאקסימום א חודש.

זיי היטן אפ אייערע פריוואטקייטן

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אפילו אויב דער באנוצער באגייט די שרעקליכסטע פארברעך וועלן זיי נישט ארויסגעבן די אינפארמאציע וואס די טשעק יוזער טול האט אויפגעדעקט, זיי וועלן אפילו נישט אויסזאגן פון וועלכער טייל מדינה איר שרייבט.

ווען נוצט מען דאס?

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
  • בלויז ווען דאס איז קריטיש וויכטיג פארן וויקיפעדיע עקזיסטענץ, למשל אויב איינער איז א סאקפאפעט וועט זיך דאס נאכנישט פארלאנגן דאס צו נוצען בלויז אויב ער זייט אן א חרבן ווי מאכן וואלן ארויסצושטויסן א וועטעראן באנוצער. א.א.וו.