לדלג לתוכן

װיקיפּעדיע:פארטאל

פֿון װיקיפּעדיע

א פארטאל איז א בלאט וואס דינט ווי דער הויפט בלאט פאר א געוויסער טעמע. דער בלאט נעמט צוזאם אלע וויכטיגע ארטיקלען פון דער טעמע, און אויך אלע קאטעגאריעס פון דער טעמע, כדי צו פארגרינגערן סיי פאר ליינערס און סיי פאר רעדאקטארן וואס אינטרעסירן זיך אין דער טעמע.


אויב איר קלערט אז א געוויסע טעמע האט גענוג ארטיקלען כדי צו איר בויען א פארטאל, שרייבט א נייעם בלאט מיט'ן נאמען [[פארטאל:XXX]] (ווען XXX איז דער נאמען פונעם טעמע, וו.צ.ב. "קרענק") און נאכער שטעלט אויס דעם בלאט מיט וויכטיגע ארטיקלען צום טעמע, קאטעגאריעס א.א.וו. אויב איר קענט אויפשטעלן א שענערע אויסשטעלונג פון אנדערע פארטאלן, זייט איר געלאדנט דאס צו טאן. אז נישט, קאפירט דעם נאטראלעם אויסשטעלונג פון אנדערע פארטאלן, כדי זאל'ן זיי אלע זיין אייניק.

ווען עס וועט זיין גענוג פארטאלן, וועלן מיר זיי מפרסם זיין אינעם שער-בלאט. אבער יעצט זיינען זיי נישט גענוג באארבעט אויף צו זיי שטעלן אינעם שער-בלאט.

דערווייל האבן מיר 7 פארטאלן, וואס ברויכן וויכטיג צו פארענדערן:

  1. וויסנשאפט
  2. ליטעראטור
  3. מאטעמאטיק
  4. נייעס
  5. עסן
  6. חרדישע וועלט
  7. תורה
  8. וועלטליכע ידיעות