לדלג לתוכן

װיקיפּעדיע:ביאגראפיעס פון לעבעדיגע פערזענליכקייטן

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון װיקיפּעדיע:אטאביאגראפיע)
דער בלאט איז אן אפיציעלער פאליסי בלאט פאר דער יידיש־וויקיפעדיע. ער איז ברייט אנגענומען דורך שרייבער און ס'איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען. אויב ווילט איר ענדערן פאליסיס אין דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. אויב האט איר א ספק דאן רעדט עס דורך אויפן רעדן בלאט. און אויב ווילט איר אפשרייבן נייע שכל'דיגע פאליסיס מוז דאס זיין פאסעדיג צו דער הויפט ענגליש־וויקיפעדיע (און\אדער דער העברעיש־וויקיפעדיע) פאליסיס.


ווי יעדע ענציקלאפידיע אנטהאלט די יידישע וויקיפעדיע אויך ביאגראפיעס פון פובליקע מענטשן וואס זייערע נעמען טוישט היסטאריע. איז אויף היסטאריע איז גרינגער צו זעהן ווער איז אין דעם כלל, אבער אויף אקטואלע ווער איז א טייל אין דעם? אויב איינער איז אין די העד לייןס פון די הויפט נייעס ווערט ער אויטאטמאטיש א ציל פאר אן ארטיקל?

אויף דעם איז דא 3 תירצים און פאקטארן וואס שפילן א ראלע צו מאכן לעגעטים דעם ארטיקל. 1) נייטראלקייט. 2) פעסטשטלען 3) נישט קיין ארגינעל אויספארשן און אויב שרייבט איר לויט די דריי אויבערשטע גיידלייןס איז אייער ארטיקל גענוג פעלזן פעסט פאר די סיסאפס זאלן דאס נישט מעקן.

האלט איר דאך אז דער מענשט איז פריוואט דאן ביטע לייגט אריין דעם מוסטער {{פריוואטער מענטש}}. עס וועט אויסקוקן אזוי:

וואס איז די חשיבות פון דעם בלאט?

די טעמע, אין איר איצטיגער פארעם וויאזוי עס איז באשריבן, איז נישט גענוג מערקווערדיג אדער נישט גענוג א פובליקער פיגור. ביטע טוט דאס פארעכטן אדער פארברייטערן, אדער דאס דורכרעדן אין דעם שמועס זייט.
אויב ביז א וואך ארום איז נאך נישט פארהאן קיין קאנסענסוס איבער דעם קען דאס ווערן אויסגעמעקט לויט די אויסמעקן פאליסי.
סיבה: {{{1}}}

. און אזוי ארום וועט מען זיך געהעריג אויסשמועסן צו זעהן אויב איר זענט גערעכט.

געדענקט; די אויבענדערמאנטע ווערטער זענען נאר פאר אנדערן'ס פריוואטקייט, וואס עווידענטלי אז אן אנדערע האט דאס יא באשריבן איז דאך א סימן אז ער האלט אז יענער איז פובליק. אויב אבער איר באמערקט אז מען דעקט אויף פריוואטקייט פון א שרייבער דא אין אידישען וויקיפעדיע דארף דאס תיכף אויסגעמעקט ווערן און ערשט דערנאך איבערגעשמועסט ווערן, ווייל ארויסגעבן פריוואטקייט פון א באנוצער איז וואנדאליזם וואס ברויך געבלאקט ווערן סיי ווי סיי. זעהט מער איבער דעם וויקיפעדיע:פריוואטקייט פאליסי.

וואס הייסט א פובליקער פערזאן?

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין דער אידישער וועלט איז נאך נישט דא קיין צייטונגען וואס שרייבן אפן איבער אירע פובליק פיגורען, איז דעריבער א פראגע פארן המון ווי אונז וואס שרייבן דא די איינציגסטע פרייע צענזור ריין אידישער פראיעקט וואס מיר מוטשן זיך יעדן טאג ווער איז פובליק?

איז דעריבער אייביג די פראגע ווען הייסט מען גענוג פובליק צו פארדינען אן ארטיקל אין דער אידישער וויקיפעדיע אויף דעם דארף מען זעהן וואס איז די גאס און אז איין באנוצער רוקט זיך אן אין שרייט אז ער איז פריוואט מיינט דאס נאך נישט אז ער איז טאקע פריוואט מען קען גוגלען [פֿעלט אַ מקור] זיין נאמען צו זעהן אויב ער ווערט טאקע נישט דערמאנט אין די אידישע אינטערנעט א.א.וו. דערנאך וואס מ'זעהט אז יענער איז שוין פאפולער דארף מען נאכאלטס גוט בוחן זיין צו יענער שטימט מיטן באדאם ליין פון דעת, דאס הייס מען זאל גיט מבחין זיין צו איז יענער טאקע א מערקווערדיגער פערזאהן אז מיר זאלן אים קענען? געווענליך איז דאס האט ער געטוישט דעם וועלט ארום אונז?

א פובליקער פערזאן איז געווענליך אזא איינער וועלכער איז ערוויילט געווארן צו אן אפיציעלן אמט, ווי א גאווערנאר, מעיאר עסקן פון א געוויסער פארטיי וואס שתדלט ביי די ערוועלטע און דורכדעם טוט ער זיין שליכחות צו פירן און זיצן אין א פובליק אפיס צו פארטרעטן זיינע חברים. פארטייאישע צייטונג שרייבער וואס רודפן און באשמוצן אנדערע פארטייען און דינען דערמיט די שליחות פון די פובליק פון זייער פארטיי. דאס זענען די כללים וואס זענען אנגענומען געווארן אין אלע וויקיפעדיעס.

אוודאי זענען דא צייטונג שרייבער וואס זענען באהלטן און גאווערנערס וואס זענען באהאלטן, איז דעריבער איז יעדער באגלייבט צו שרייען געוואלד יענער האט טאקע א פובליק אפיס אבער ער איז דאך נישט פובליק, און מען טאר נישט פארגיסן זיין בלוט דורך אים באשרייבן. דרך אגב אויב עמעצער איז טאקע א פובליקער פיגור, איז מען אויך נישט ערלויבט אים צו באשרייבן נעגאטיוו מיט קיין שום פרט וואס האט נישט קיין קראנטע מקור.

פובליקער פיגור

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

א פובליק פיגור, וועמען מען מעג יא באשרייבן, דארף עס אויך זיין נייטראל, מיט רעספעקט און אביעקטיוו. אויב איינער איז פארמישט אין א קאמף קעגן דעם פובליק פיגור, מוז ער זיך קאנטראלירן צו שרייבן זיין ארטיקעל אן קיין פערזענליכע נויגונגען, און אלעס וואס מ'שרייבט דארף האבן א מקור. אויב האט עס נישט קיין מקור, און עס איז נעגאטיוו איז עס מקוה נייעס אדער גאסיפ, וואס האט נישט קיין ארט אין דער אידישער וויקיפעדיע.

דאס דארף ווערן ארפאגענומען אפילו קיינער לייקענט נישט אויב עס האט נישט קיין מקור און מען קען ווערן בלאקירט פארן דאס טאן איבער און איבער. דער גרינדער פון וויקיפעדיע זשימי וועילס זאגט: עס איז א טעות צו לייגן א מקור ווארענונג, ווען מען באגעגענט זיך מיט א לשון הרע אן א מקור. מ'דארף עס ארונטערנעמען. מ'דארף זייער אכטונג געבן אויף יעדן ארטיקל וואס בארירט דאס באשרייבונג פון א לעבעדיגן פערזאן [1]

  1. Jimmy Wales http://en.wikipedia.org/wiki/Wikipedia:Biographies_of_living_persons#_note-Jimbo
הילף אינהאַלט





פאליסיס
פרינציפן

פינף זיילן
וואס וויקיפעדיע איז נישט

ארטיקל סטאנדארטן

נייטראל
צייגט מקורות
ביאגראפיעס פון לעבעדיגע מענטשן
נאמען פון ארטיקל

צוזאמענארבעט מיט אנדערע

זיך אויפפירן העפליך
קאנסענסוס
קיין פערזענלעכע אטאקעס
לייזן מחלוקת'ן