לדלג לתוכן

תל אביב-יפו

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון תּל־אבֿיבֿ)
תל אביב
מדינה / טעריטאָריע ישראל
קאָאָרדינאַטן 32°04′50″N 34°46′50″E / 32.08056°N 34.78056°E / 32.08056; 34.78056קאארדינאטן: 32°04′50″N 34°46′50″E / 32.08056°N 34.78056°E / 32.08056; 34.78056
ראַיאָן תל אביב
דיסטריקט גוש דן
בירגערמייסטער רון חולדאי
אָפיציעלע שפּראַך העברעיש, אַראַביש
שטח 51.4 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאָט

414,600‏ ‏[1] (שטייענדיג 2013)
צײַט זאָנע UTC+2

תל אביב איז די צווייטע גרעסטע שטאט אין מדינת ישראל און די גרעסטע שטאט אין גוש דן. איר בירגערמייסטער איז רון חולדאי. זי באדעקט א שטח פון 50,553 דונאַם.

מיט דערצייט האט זי באקומען א סלענג נאמען "עיר ללא הפסקה", וויבאלד די שטאט איז טאג און נאכט נאכאנאנדיק טעטיק.

איר באפעלקערונג אין סוף 2011 איז א געשאצטע 404,750 איינוווינער, און זי איז די גרעסטע פינאנציעלע, און קולטורע שטאט אין ישראל. אין תל אביב געפינען זיך די בערזע, די אמבאסאדעס און אינטערנאציאנאלע פארשטייערשאפטן, און די גרויסע ישראל צייטונגען.

געגרינדעט אין יאר 1909, און מיט צוואנציג יאר שפעטער, איז די באפעלקערונג געשטאנען ביי הונדערט פופציג טויזנט, איז תל אביב געווען פון די שנעל וואקסענדע שטעט אין דער וועלט. ביי דער אומאפהענגיקייט־מלחמה האט תל אביב געדינט אלס די הויפטשטאט פון ישראל, ביז ווען די רעגירונג איז אריבער קיין ירושלים.

די האר פּלאַן פון תּל אביב - פּאַטריק געדדעס, 1925

זייענדיק דער פינאנציעלער צענטער אין ישראל, מיט א גרויסער באפעלקערונג אין דעם מעטראפאליטען שטח, איז דא א גאנץ מאדערנע שאסיי סיסטעם, מיט עטליכע שאסייען וואס פארבינדן תל אביב צו די שטעט אין דעם אומגעגנט.:

גאס אין תל אביב

און נאך מערערע געגנטליכע שאסייען, ווי זשאבאטינסקי גאס, וואס פאנגט זיך אן אין פתח תקוה, פארט אריבער בני ברק, רמת גן, און פארט אריין אין שטאט.

פובליק טראנספארטאציע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין תל אביב זענען פאראן פיר באן סטאנציעס: תל אביב צענטראלע באן סטאנציע, איז די גרעסטע, פון וואנעט באנען פארן ארויס צו אלע שטעט אין לאנד וואס האט גערעלסן, תל אביב השלום באן סטאנציע, תל אביב אוניווערסיטעט באן סטאנציע, און תל אביב ההגנה באן סטאנציע.

אין תל אביב געפונט זיך די תל אביב נייע צענטראלע סטאנציע פאר אויטאבוסן, וואס דעקט כמעט דאס גאנצע לאנד. און איז די גרעסטע סטאנציע אין דער וועלט פאר אויטאבוסן.

די ערשטע שטאטס־רבנים האט מען מכתיר געווען אין יאר תרפ"ג (1923).

צווישן די יארן תרנ"א - תרס"ב (18911902) האט געדינט אלס רב אין שטאט, הרב נפתלי הירץ הלוי. נאך אים האט געדינט צווישן די יארן תרס"ד - תרע"ד (19041914) הרב אברהם יצחק הכהן קוק. הרב בן-ציון מאיר חי עוזיאל איז געווען דער אפיציעלער רב מטעם די טערקן פון יאר תרע"א (1911); ער האט פארלאזט זיין אמט אין תרפ"א (1921).

אשכנזישע הויפט־רבנים:

ספרדישע הויפט־רבנים:

תל אביב האט א שטאטראט מיט 31 מיטגלידער. די בירגערמייסטערס פון תל אביב זענען:

תל אביב איז צעטיילט אין ניין דיסטריקטן. דער עלצטער דיסטריקט איז יפו, אן אלטע פארט שטאט, וואס ווערט דערמאנט אין תנ"ך (ספר יונה אין תרי עשר). אנדערע דיסטריקטן זענען רמת אביב, שכונת שפירא און נווה צדק. הקריה איז די הויפטקווארטיר פון צה"ל און א גרויסע מיליטערישע באזע.

אין די 1920ער און 1930ער יארן האבן זיך באזעצט אין תל־אביב דייטשע־יידישע ארכיטעקטן וואס זענען אנטלאפן פון די נאציס. ארום דעם שטאט צענטער געפינען זיך 5000 געביידעס אינספירירט דורך לע קארבוזיע.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: תל אביב-יפו
  1. באפעלקערונג פון ישראל לויט יישובים, 2011, צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק
  2. a b מען האט אים געוועלט שוין דריי יאר פריער אבער פארדעם האט ער נישט אנגעהויבן אין אמט.