ראובן פייערשטיין

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
ראובן פייערשטיין אין 1993

ראובן פֿײַערשטיין (י"ז אב תרפ"א, 21סטן אויגוסט, 1921כ"ט ניסן תשע"ד, 29סטן אפריל, 2014) איז געווען א ישראלישער קלינישער, אנטוויקלונג־ און באנעמיקער פסיכאלאג, און פראפעסאר פון פעדאגאגישער פסיכאלאגיע אין בר אילן אוניווערסיטעט און אין וואנדערבילט אוניווערסיטעט אין טענעסי.

ער איז געווען א געווינער פונעם ישראל פריז פאר סאציאל וויסנשאפט (1992) און א יקיר ירושלים.

ער איז באוואוסט פאר זיין טעאריע פון אינטעליגענץ וואס האלט אז אינטעליגענץ איז נישט "פעסט" נאר "בייטבאר".‏[1]

ער איז געבוירן געווארן אין באטושאן, רומעניע, איינע פון ניין געשוויסטער, אייניקלעך פונעם סופר וואס האט געשריבן די ספר תורה פארן צמח צדיק פון וויזשניץ.

ער איז נפטר געווארן אין ירושלים כ"ט ניסן תשע"ד ביי דער עלטער פון 92.‏[2]

זיין שוועסטער בלהה איז געווען די ווייב פון פראפעסאר יעקב ראנד און די מוטער פון דעם אקטיאר שולי ראנד.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: ראובן פייערשטיין

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. Brown, Hannah. Professor Reuven Feuerstein: A personal remembrance from a very grateful mother. JPost. דערגרייכט דעם 2014-05-01.
  2. נפטר געווארן פראפעסאר פייערשטיין, ביי אידישע טעגליכע נייעס (אויף העברעיש)