יעקב ראנד
געבורט |
1926 רומעניע | |
---|---|---|
טויט | 21 יולי 2016 (אלט 90 בערך) | |
מדינה | ישראל | |
לערנארט |
אוניווערסיטעט פון פאריז העברעאישער אוניווערסיטעט אין ירושלים | |
אַמט | פראפעסאר | |
פרסים | ישראל-פרייז | |
יעקב פינחס ראנד (1926 – 21סטן יולי 2016) איז געווען פראפעסאר פון בילדונג אין בר-אילן אוניווערסיטעט. ער איז געווארן באלוינט מיטן ישראל פריז פאר בילדונג פארשונג (תשס"א 2001).
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]יעקב ראנד איז געבוירן געווארן אין רומעניע צו א משפחה פון רוזשינער חסידים. אין זיין יוגנט האט ער געלערנט אין חדר. ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה, ווען ער איז געווען אלט 14, איז ער פארטריבן געווארן מיט זיינע עלטערן צו די קאצעטן אין טראנסניסטריע, אוקראינע. נאך דער מלחמה איז ער צוריק מיט זיין משפחה צום שטעטל וואו זיי האבן געוואוינט. נאכהער איז ער געווארן א מיטגליד פון דער נאציאנאלער פארוואלטונג פון דער "בני עקיבא" באוועגונג אין רומעניע, און ער האט געארבעט אין ראם פון דער "ההגנה" ארגאניזאציע כדי ארויפברענגען הונדערטער רעקרוטן קיין ארץ ישראל. אין יאר 1947 האט ער אימיגרירט אומעלעגאל קיין ארץ ישראל, די בריטישע האבן אים געכאפט און דעפארטירט אין די פארהאלט לאגערן אין ציפערן. אין 1948 איז ער אנגעקומען אין ארץ ישראל, און האט געקעמפט אין צה"ל ביי דער אומאפהענגיקייט מלחמה.
ביז ער האט געענדיקט זיין מאטורע איז ער געווען אלט 26, צוליב דעם וואס אין די מלחמה יארן האט ער נישט געהאט קיין מעגלעכקייט צו שטודירן. אין די יארן 1960–1964 האט ער שטודירט פאר א דיפלאם אין פסיכאלאגיע און ספעציעלער בילדונג אינעם העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים. ער האט שטודירט פאר זיין דאקטאראט אין פסיכאלאגיע אין סארבאן אין פאריז ביז 1966. אין 1971 ער ער באקומען זיין דאקטאר דיפלאם אין פסיכאלאגיע אונטער אטא קליינבערג.[1] יענע יאר איז ער צוריק קיין ישראל און האט אנגעהויבן האלטן לעקציעס אין דער בילדונג שולע פון בר אילן אוניווערסיטעט. אין 1978 איז ער געווארן אן אסאציאטער פראפעסאר, און 1989 א פראפעסאר. אין די יארן 1978–1982 האט ער געדינט ווי דעקאן פונעם פאקולטעט פון סאציאלע וויסנשאפטן אין בר-אילן אוניווערסיטעט. פאראלעל צו זיין אוניווערסיטעט ארבעט איז ער געווען א הויכער פארשער און אסאציאירטער פארוואלטער אין דעם הדסה-וויצ"א-קאנאדע פארשונג אנשטאלט און אינעם "אינטערנאציאנאלן צענטער פאר אוואנסירן לערנען מעגלעכקייט" געפירט דורך פראפ' ראובן פייערשטיין.
אין די 1950ער יארן האט ער געהייראט בלהה, די שוועסטער פון פראפ' ראובן פייערשטיין. זיי האבן געהאט פיר טעכטער און א זון, דער אקטיאר און מוזיקער שולי ראנד.
ער איז נפטר געווארן ט״ו תמוז תשע״ו (21סטן יולי 2016).[2]
זיין ווייב בלהה איז נפטר געווארן פיר טעג שפעטער אום י״ט תמוז תשע״ו (25סטן יולי 2016.)[3]
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- לעבנסגעשיכטע פון יעקב ראנד באתר פרס ישראל
- נימוקי השופטים לקבלת הפרס
- רשימה פון פובליקאציעס פון יעקב ראנד, בקטלוג ישראל נאציאנאלע ביבליאטעק
- רשימת המאמרים של יעקב ראנד באתר רמב"י
- אברמי פרלשטיין, אבא של שולי: פרופ' יעקב רנד הלך לעולמו, באתר בחדרי חרדים, 21סטן יולי 2016
הערות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ "Styles cognitifs et personnalité dans une situation de rencontre inter-culturelle: Étude comparative et analytiqe".
- ↑ אביו של השחקן שולי רנד הלך לעולמו, ביי ערוץ 7, 21 ביולי 2016 (אויף העברעיש)
- ↑ יוסף גרינבוים, חרדים 10, "ארבעה ימים אחרי פטירת אביו : אמו של השחקן שולי רנד נפטרה", י"ט תמוז התשע"ו, 25.7.2016