קינדליין

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קינדער
א קינד אין קאנאדע ליינט די קינדליין

קינדליין איז א וועכנטליכע אינטערנאציאנאלע פרומע אויסגאבע אויף אידיש ספעציעל פאר קינדער, ארויסגעגעבן זינט מקץ תשע"ה.[1] עס ווערט ארויסגעגעבן דורך ר' מענדל הערש פאנעט אין צוזאמהאנג מיט מחנכים ווי ר' פישל שעכטער, ר' חיים הערש מענדעלאוויטש, און ר' דוד וועבער.

קינדליין ווערט וועכנטליך פארשפרייט צו פילע שטעט און לענדער איבער דער וועלט, אריינגערעכענט אמעריקע, קאנאדע, ישראל,‏[2] ענגלאנד, בעלגיע, שווייץ און עסטרייך.[3]

אויפנאמע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

קינדליין איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס פרייד[4] און איז די ערשטע אויסגאבע וואס איז כשר ביי אלע פרומע קרייזן, אנגעהויבן פון סאטמאר ביז די מאדערנערע קרייזן. דאס איז צוליב דעם וואס די קינדליין רעדאקציע איז א פאראייניגטע גרופע פון מחנכים פון פארשידענע פרומע קרייזן ווי סאטמאר, סקווירא און בעלזא.

קינדליין ווערט פרעזענטירט ווי א ריינע חינוך'דיגע אויסגאבע, וואו די שרייבער שרייבן זייערע ארטיקלען כאילו זיי שטייען פארנט פון א קלאס, און וואס א מלמד אדער א לערערין וואלט נישט געזאגט אין קלאס ווערט נישט דערמאנט אדער געשריבן. אויך האט יעדער ארטיקל א שטארקע חינוך'דיגע ציל, וואס די ליינער זאלן זיך לערנען דערפון א מוסר השכל אדער ידיעות, נישט אבי צייט-פארברענגעניש.

קינדליין איז די ערשטע אידישע אויסגאבע וואס האט געלאזט מאלן קאמיקס ספעציעל פאר די פרומע קרייזן[5] אויסגעהאלטן פון יעדן שטאנדפונקט. סיי די מעלערייען און סיי די אינהאלט ווערן געשריבן בלויז פאר קינדליין און נישט איבערגעטייטשט פון אנדערע שפראכן (העברעאיש אדער ענגליש). די מעלער פון די קאמיקס זענען די גרעסטע מעלער אין דעם אידישן מארק, גדי פאלאק[6], אברהם זמורה[7], דבורה קאטאווסקי[8], מאטי העללער, דון בר לב, יואל בר לב, דוד גאלד, בת שבע האוולין[9], זקי ירחי, א. אסציסלעווסקי. אהרן זאב בערנשטיין, און נאך.

אויסער קאמיקס, פארמאגט קינדליין פארשידענע קאַלומס, ווי היסטאריע, ערפינדונגען, הינטער די קוליסן, אינטערוויוס,[10] און נאך, וועלכע האלטן געשפאנט די ליינער. קינדליין איז טאקע געאייגענט פאר קינדער, אבער מיט דער צייט איז עס אויפגענומען געווארן ביי אלע יארגענג, ווען אפילו ערוואקסענע ליינען עס אויך.

קינדליין פארמאגט אן אייגענעם וועד החינוך וועלכע קוקן איבער די אויסגאבע יעדע וואך, און צענזורירן וואס זיי שפירן איז נישט גענוג ריין און חינוך'דיג. די וועד החינוך איז צוזאמגעשטעלט פון די מחנכים ר' אהרן האלבערשטאם (קרייזער רב און מנהל פון ת"ת דרכי חיים אין בארא פארק), ר' חיים הערש מענדעלאוויטש (מגיד שיעור און מחנך אין קרית יואל), ר' דוד אלימלך צאנגער (הויפט מגיה), ר' יהושע חיים רובין, ר' נפתלי משה ווייס און ר' מרדכי שאול אינדיג (מנהל תלמוד תורה ברסלב "היכל הקודש" וויליאמסבורג.

שרייבער און מעלער[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

קינדליין איז א אויסנאם אין דער וועלט פון אידישע אויסגאבעס אז די שרייבער און מעלער מוזן זיך באנוצן מיט זייערע עכטע נעמען, און נישט אז די שרייבער באהאלטן זייער ריכטיגן אידענטיטעט אונטערן שלייער פון פענע נעמען, ווי עס איז איינגעפירט אין פילע פרומע אויסגאבעס.

פילע ארטיקלען אין קינדליין ווערן געשריבן דורך באקאנטע מחנכים, בעלי דרשנים און מלמדים, ווי ר' פישל שעכטער, ר' מענדל הערש פאנעט, ר' חיים הערש מענדלאוויטש, און ר' דוד וועבער צווישן אנדערע.

די וועכענטליכע מאלערייען וואס ערשיינען אין קינדליין זענען מערסטנס די ווערק פון ב. האוולין, אברהם זמורה און מאטי העלער צווישן אנדערע. אבער מאלערייען און קאמיקס פון באקאנטע מעלער ווי יואל וואקסבערגר, גדי פאלאק, זקי ירחי און ד. קאטאווסקי, טוען אויך ערשיינען פון צייט צו צייט, ספעציעל אין די וואכן פון ימים טובים און אין די קינדליין ביילאגעס.

ארטיקלען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

קינדליין איז א צוזאמשטעל פון פארשידנארטיגע שטענדיגע און צייטווייליגע קאַלומס און רובריקן, די שטענדיגע רובריקן זענען ווי פאלגנד:

  • פון רבי פישל'ס טיש: א וועכענטליכע מוסר שמועס געשריבן דורך ר' פישל שעכטער.
  • פרשה בילד: א צייכענונג פון די וועכנטליכע פרשה, געשריבן און פארפאסט דורך ר' דוד שפיטצער און געמאלן דורך ר' אהרן זאב בערנשטיין, באגלייט מיט מדרשים, ערקלערונגען און מקורות.
  • זושא'לע שטייגט: א חינוך ארטיקל פון ר' חיים הערש מענדלאוויטש וואס ווידמעט צו פארבעסערן די מדות און ערליכקייט, די רובריק האט אויך א צעטל וואס קינדער קענען אויספילן, אריינשיקן צו דער רעדאקציע און אריינגיין אין א גורל.
  • זיידי דערציילט: אן ארטיקל געשריבן דורך ר' נפתלי משה ווייס וואס שילדערט וויאזוי עס האט אויסגעזען די אלטע היים אין אייראפע.
  • יארצייט ערציילונג: דערנאך איז א וועכענטליכע יארצייט ערציילונג אין קאמיקס.
  • שפיל מיר א שפיל: א דערציילונג פון חז"ל אין פארעם פון א שפיל, מיט א ניגון אין גראמען געשריבן דורך ר' ארי אבראמאוויטש.
  • עטליכע פארזעצונג געשיכטעס אין קאמיקס.
  • א דראמאטישע קינדער ערציילונג אין פארזעצונג דורך מרת פ. איינהארן.
  • געשיכטע-ליין: היסטאריע פארש ארטיקל איבער דאס לעבם פון דעם אידישן פאלק דורך ר' יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט, יחוס און היסטאריע פארשער.[11]
  • א וועכענטליכע מעשה דורך ר' לייביש ליש אדער ר' מענדל הערש פאנעט
  • קאמיקס אין פארזעצונגען דורך בת שבע האוולין.
  • הונטער די קוליסן: באשרייבונגען, שמועסן און אינטערוויוס.
  • וועכענטליכע היסטאריע וואס נעמט אריין אידישע, וועלטליכע און אלגעמיינע היסטאריע.
  • נפלאות הבורא: וועכענטליכע נאטור פארש ארטיקל איבער בעלי חיים, באגלייט מיט בילדער און וויסנשאפטליכע ערקלערונגען.
  • פּעדלעריש: וועכענטליכע געארגראפיע בילדער אויסשטעלונג איבער פארשידענע פלעצער ארום דער וועלט.
  • צייל ביז צען: וועכנטליכע וויסענשאפטליכער בילדער אויסשטעלונג איבער 10 וויסנשאפטליכער ידיעות.
  • לאמיר באזוכן די וועלט, א רובריק וואס נעמט ליינער אויף א רייזע צו אינטרעסאנטע ערטער אדער לענדער איבער דער וועלט מיט היסטארישע איבערבליק און באשרייבונג.
  • האנטארבייט פראיעקט: א וועכענטליכע פראיעקט פאר קינדער צו מאכן אייגענע האנטארבייט.
  • מאל א ליין: א רובריק פון דער חסידישער מעלער ר' יואל גלאק וועלכע לערנט אויס קינדער צו מאלן פראפעסיאנאל.
  • פרעג ר' שמחה'לע קאפשטיק: א פראגע-און-ענטפער רובריק וואס ענטפערט פראגעס וואס ליינער שיקן אריין, דורך מרת פ. איינהארן.
  • הלכה-ליין: א רובריק אין בילדער וואס שטעלט א הלכה שאלה צו די ליינער, ליינער וואס שיקן אריין די ריכטיגע ענטפער גייען אריין אין א גורל און קענען געווינען א געשאנק.
  • איצי פיצי און ציפי: א קורצע קאמיקס געאייגענט פאר אינגע קינדער וואס לערנט אויס גוטע מדות און עטיקעט. געשריבן דורך מרת פרידמאן און געמאלן דורך בת שבע האוולין.
  • חידות, רעטעניש קעסטלעך בריוו און בילדער.

ביילאגעס[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

עטליכע מאל א יאר טוט קינדליין אין צוגאב צו די הויפט אויסגאבע אויך ארויסגעבן איינס אדער מערערע ביילאגע, ספעציעל אין די וואכן פון יום טוב. די ביילאגעס פון פסח ווערן גערופן אפיקומן און הגדה של קינדליין[12], סוכות הייסט עס אושפיזין און אונזער סוכה'לע, און די פורים'דיגע ביילאגע רופט מען מגילת קינדליין און נאך[13].

צוריקצואוועגס[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ספעציעלער פארש ביילאגע דורך דעם היסטאריקער ר' יוסף נחמיה קוואדראט און ר' שמעון שלמה זילבער באגלייט מיט בילדער פון דער פאטאגראפיסט יאסי גאלדבערגער וועלכע פארן אראפ צו אלטע שטעט ווי פראג און קראקע און באשרייבן זייערע מעמארן און פארש ארבעט.[14][15]

ביכער[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

קינדליין טוט אויך ארויסגעבן ביכער פון קאמיקס[16] אדער מעשיות[17] וואס ווערן צוערשט געדרוקט אין די וועכענטליכע קינדליין מאגאזין.

פאלגנד איז א ליסטע פון ביכער ארויסגעגעבן דורך אדער מיט די הילף פון קינדליין:

בוך שרייבער דרוק יאר פירמע בלעטער ISBN
געציל אדער דזשוכא?[18] דוד גולד 2016 קינדער שפיל 61 ISBN 9781680910742
טראכט גוט[19] גדי פאלאק 2015 קינדער שפיל 59 ISBN 9781680910193
די דריי ברידער אין די זידירים קעניגרייך[20] ב. ש. הבלין 2015 קינדער שפיל 61 ISBN 9781680910186
יחיאל און גיטל מיט די קרייץ ציגלער[21] ב. ש. הבלין 2015 קינדער שפיל 60 ISBN 9781680910179
יחיאל און גיטל אין די ירושלימ'ער מלוכה[22] ב. ש. הבלין 2016 קינדער שפיל 60 ISBN 9781680911343
דאס געשריי אויפ'ן אינזל[23] יעקב לאנדא 2015 קינדער שפיל 56 ISBN 9781680910544
א משל און א נמשל - קינדליין קאמיקס[24] מרדכי שאול אינדיג 2015 קינדער שפיל 61 ISBN 9781680910599
ברענג מיך צוריק - קינדליין קאמיקס[25] א. נייבוים 2016 קינדער שפיל 69 ISBN 9781680910537
צוזאמען העכער די פלאמען[26] פ. איינהארן 2016 קינדער שפיל 86 ISBN 9781680911343
אינטערעסאנטע חיות[27] לייבוש האממער 2016 קינדער שפיל 310 ISBN 9781680911497

פאקטן און אינפארמאציע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

קינדליין אויסגאבעס פון נומער 40 און ווייטער (סוכות תשע"ו) פארמאגן דריי דרעטלעך; די מיטעלסטע דרעטל האט מען צוגעלייגט ווען די צאל בלעטער פונעם וועכענטליכן מאגאזין זענען ארויף פון 48/40 צו 56/52.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. "קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין אויף אידישע וועלט פארום
  2. שלמה כהן, ‏קינדליין קומט אין ישראל, ביי אידישע טעגליכע נייעס (אויף העברעיש)
  3. ווי נאך קומט די קינדליין אן? אויף אידישע וועלט פארום
  4. קינדען פרייען זיך צו ליינען די קינדליין ביי ישיבה וועלט נייעס
  5. אויסשליסליכע אינטערוויו מיט ארויסגעבער פון "קינדליין" אויף קאווע שטיבל
  6. אידישע קאמיקס? אויף רוסיש
  7. אברהם זמורה: "משמיים גרמו לי לצייר ספר של סיפורי הבעל שם טוב"
  8. מאלעריי, פון אנהויב ביז דער ענדע (אויף רוסיש)
  9. בת שבע הבלין: אני חיה את דמויות הקומיקס שלי
  10. אינטערוויו מיט די ארגענעזאציע חסד של אמת
  11. אינטערוויו מיט יוסף קוואדראט
  12. מעגא "קינדליין" פסח נומער, רייכע ביילאגעס און סופלעמענטן.
  13. קינדליין, און איר ספעציעלע אפטיילונג "מגילת קינדליין"
  14. http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1422319#p1422319
  15. http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1440619#p1440619
  16. http://www.braunsjudaica.com/brauns/products/Books/Comics/53084.html
  17. http://www.braunsjudaica.com/brauns/products/Books/Comics/53083.html
  18. בוך: געציל אדער דזשוכא? אויף גרינפעלד דזשודעיקא
  19. בוך: טראכט גוט אויף עמעזאן
  20. בוך: געציל אדער דזשוכא? אויף גרינפעלד דזשודעיקא
  21. בוך: יחיאל און גיטל מיט די קרייץ ציגלער אויף AbeBooks
  22. בוך:יחיאל און גיטל אין די ירושלימ'ער מלוכה אויף Z. Berman Books
  23. בוך:א משל און א נמשל אויף Z. Berman Books
  24. בוך:דאס געשריי אויפ'ן אינזל אויף Z. Berman Books
  25. בוך:ברענג מיך צוריק אויף Brauns Judaica
  26. בוך:צוזאמען העכער די פלאמען אויף Amazon.com
  27. בוך:אינטערעסאנטע חיות אויף Brauns Judaica