אלטער היים
מראה
אלטער היים איז אזא אידישער אויסדרוק פון די היינטיגע אידיש רעדענדע אידן, די נייע זשענעראציע די בעיבי-בומערס וואס זיי זענען געבוירן נאכן האלאקאוסט, וואס זיי רופן די אלטע אייראפע, ווי די אשכנזישע אידן האבן געוואוינט פאר די צווייטע וועלט מלחמה דער אלטער היים כדי זיך צו באציען דערמיט מיט רעספעקט און וויסן וויאזוי אונזער טראדיציע איז געווען, דורך רעדן פון די אלטער היים איבער אלע נייע מאדערענע זאכן וויאזוי מען האט זיך באצויגן דערצו דאן.
אבער אפילו עלטערע אידן האבן אויך דאס צו זיך באנוצען אין זייער שפראך ווען זיי האבן דעם טענדענץ אוועקצומאכן דעם היינטיגע דור, און זאגן מיט געמאכטער נאסטאלגיע: עה, אין דער אלטער היים איז געווען א פורים אזוינס און אזעלכעס... וואס ווייסט איר היינט....?.