פרשת תצוה

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פרשת תצוה איז די אכטע פרשה אין ספר שמות.

די סדרה הייבט אן מיט דער מצוה פון נעמען בוימל און צינדן די מנורה אינעם משכן. אויך צו מאכן די בגדי כהונה, די קליידער וואס די כהנים דארפן טראגן ווען זיי טון די עבודה.

נאך דעם ווערן גערעכנט די פארשיידענע בגדים: אפוד, חושן, מעיל און ציץ (וואס נאר א כהן גדול טראגט), און די כתונת, מכנסים, אבנט (גארטל) און מגבעת (היטל), וואס אלע כהנים גייען.

אין דעם צווייטן העלפט פון דער סדרה ווערט געברענגט פרשת המילואים, וויאזוי מ'זאל זיך פירן מיט קרבנות כדי צו ווידמען די ערשטע כהנים, און אויך דעם פרשת התמיד. צום סוף ווערט געברענגט דעם ענין פון מאכן א גאלדענעם מזבח אויף וואס מען איז מקטיר קטורת צוויי מאל יעדן טאג.

הפטרה[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די הפטרה פון פרשת תצוה, אין ספר יחזקאל, פרק מ"ג פסוקים י-כז, רעדט וועגן דעם דריטן בית המקדש.

אין א שנה פשוטה רוב יארן ליינט מען נישט די הפטורה ווייל ס'איז פרשת זכור. אין א פשוטן יאר זח"א לייענט מען פרשת תצוה שושן פורים. במילא אין דער גאנצער וועלט ליינט מען די נארנמאלע הפטורה, אבער אין ירושלים (און אנדערע שטעט וואס האלטן פורים דעם צווייטן טאג, שושן פורים, ליינט מען די הפטורה פון פורים, וואס איז די זעלבע הפטורה ווי די הפטורה פון פרשת זכור.