פרשת ויקהל

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

פרשת וַיַקהל איז די צענטע פרשה אין ספר שמות.

אין א פשוטן יאר גייט ויקהל צוזאמען מיט פקודי, אחוץ ווען דאס קביעות פונעם יאר איז השא, דעמאלסט גייט ויקהל באזונדער, ווייל ס'איז דא אן איבעריגער שבת פאר פסח און מען וויל ליינען פרשת צו אום שבת הגדול. אין אן עיבור יאר גייט ויקהל אלעמאל באזונדער.

די סדרה הייבט אן מיט דער מצוה פון שבת.

נאך דעם דערציילט די פרשה ווי משה רבינו האט באפוילן די יידן צו ברענגען מאטעריאלן פארן משכן. משה האט באשטימט בצלאל און אהליאב איבערזען דאס בויען דעם משכן מיט זיינע כלים. דער סדר וואס משה האט געהייסט מאכן דעם משכן איז געווען: די יריעות, די קרשים, דעם שולחן, די מנורה, דעם גאלדענעם מזבח, דעם קופערנעם מזבח, דעם כיור און די פירהאנגען פונעם חצר.

הפטורה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די הפטורה פון פרשת ויקהל (ווען עס איז נישט איינע פון די ארבע פרשיות, קומט פון ספר מלכים א פרק ז, און באשרייבט ווי שלמה המלך האט געבויט דעם בית המקדש. די תימנים ליינען פסוקים יג-כב, די ספרדים פסוקים יג-כו, און די אשכנזים פסוקים מ-נ.

אבער אין 90% פון יארן געפאלט אויס פרשת ויקהל מיט איינער פון די פרשיות (זעט אונטן). דעמאלסט ליינט מען די הפטורה וואס געהערט צו יענער פרשה.

ארבע פרשיות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אזוי ווי מען ליינט פרשת ויקהל אין חודש אדר, געפאלט דאס אפטמאל צוזאמען מיט איינער פון די ארבע פרשיות.

אין א שנה פשוטה מיט קביעות השא אדער הכז, קומט אויס דעם שבת פרשת פרה. אין יעדן אנדערן פשוטן יאר קומט עס אויס פרשת החודש און שבת מברכים. אין אן עיבור יאר קומט עס אויס פרשת שקלים און שבת מברכים, סיידן ווען דאס קביעות איז החא אדער השג, ווען מען ליינט ויקהל אליין.