פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 פֿעברואַר 9
מראה
- שמועות אז וויקיפעדיע גייט זיך אפשפארן שטעלן זיך ארויס אלץ אומריכטיג לינמאגאזין
- וויקיפעדיע איז אין צרות - זיי האבן געלט צו שטיצן די פראיעקט בלויז אויף 3-4 מאנאטן [1]
- היימישער חרדישער ריעל עסטעיט מאגנאט פון בארא פארק, ר' דוד ביסטריצער און זיינע שותפים אין איבער א ביליאן דאלערדיגע מקח, קויפן אפ ריזן געגענט אין ברוקלין, סטארעט סיטי ביים וואסער ברעג נעבן קאנארסי, מיט ריזיגע ליידיגע שטחים צו בויען ניי געביידעס. ארימע איינוואונער פירן דורך פראטעסטן אין בארא פארק מען זאל זיי נישט העכערן די רענט. (ניו יארק טיימס)
- אינטערנעט ביי חרדים טוישט היסטאריע: בעל חוב וואס האט אנגעזעצט אומשולדיגע ירושלים אינגעלייט אין פארלירן זייערע הייזער מיט פאלטשע אינוועסטמענט ווערט באשמוץט און אויסגעטאן נאקעט אויף בחדרי חרדים דורך איר מנהל ר' דוד ראטענבערג, כדי קיינער זאל נישט אריינפאלן נאכאמאל אין זיין נעץ. דאס אלעס נאכדעם וואס חרדישע צייטונגען דרוקן דוקא יא די נייעס און באריכטן וועגן דעם פרשה אבער פארהוילן די עיקר און שרייבן נישט קיין נעמען. (בח"ח)
- התאחדות הרבנים מיט איסור קעגן נייע קאנסערוואטיווער הכשר וואס וועט מאניטירן עסענווארג קאמפאניס נישט צו באלעסטיקן זייערע ארבייטארער; ר' איצא גליק האט פארבאטען די קאמפאניס אריינלאזן די ראבייס משגיחים אין זייערע פלענטס. (פארווארד)
- א נקמה אין היטלער: נייער שטודיע צייגט, אידענטום אין אמעריקע ציילט שוין העכער 6 מיליאן נפשות. (פארווארד)
- גענצליך נייער ווערסיע פון אידישער אנציקלאפידיע ארויסגעקומען, ווען זשורנאליסט פרעגט איינע פון די מחברים וואס פעלט דאס אויס היינט צוטאגס ווען וויקיפעדיע איז סיי ווי מער פאפולער? איז דעם פראפעסערס ענטפער: וויקיפעדיע ווערט באלאנצירט צו זיין צו אביעקטיוו און נייטראל, אידן ברויכן א אנציקלאפידיע פון א בייעסד אידישען שטאנדפונקט געשריבן דורך בלויז אידן. (פארווארד)
- פייער וואס האט פארלענדט אפאראטמענט קאמפלעקס אין סקווירא, און בלויז בדרך נס איז קיינער געשעידיגט, רופט צו חשבון הנפש פארוואס געשען אזויפיל פייערס און אנדערע סכנות דארטן? (זשורנאל ניוז)
- אידישער טאטע מיט זיינע 2 קינדער אנגעקלאגט אין אינסיידער טרעידינג שווינדל. (זשורנאל ניוז)
- לאטערי געווינער טיקעט פארקויפט אין בארא פארק געשעפט. (וואס איז נייעס)