לדלג לתוכן

ענציקלאפעדיע

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון אנציקלאפידיע)

ענציקלאָפּעדיע איז אַ פילפאכיגער איינזאַמלונג פֿון אינפארמאציע אויף אלע הינזיכטען פון װיסנשאַפֿט מיט גאנצע ארטיקלען אױף אַלע טעמעס וואס איז נאר פארהאנען.

שטאמט פון א גריכיש ווארט, "ענציקלא: אינפארמאציע - פּעדיע: ארומנעמענדיג" כאטשיג די מושג פון איינזאמעלונגן פון אינפארמאציע איז שוין אלט טויזנטער יארן איז אבער דער טערמין "ענציקלאפעדיע" ערשט אריין אין קראפט און 1541.

פיר עיקרדיקע עלעמענטן

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס זענען פאראן פיר עיקרדיקע עלעמענט וואס דעפינירן אן ענציקלעפעדיע: די טעמע פונעם אינהאלט, ברייטקייט, ארגאניזירן מעטאד און פראדוקציע מעטאד:

  1. אן ענציקלאפעדיע קען זיין אויף אן אלגעמיינעם אופן, מיט ארטיקלען אויף טעמעס אין אלע פעלדער (למשל, די ענגליש־שפראכיקע Encyclopædia Britannica און די דייטש־שפראכיקע Brockhaus זענען ברייט באקאנט). אן אלגעמיינע ענציקלאפעדיע אנטהאלט אפט א ווערטערבוך אדער וועגווייזן אינפארמאציע. עס זענען אויך פאראן ענציקלאפעדיעס וואס דעקן א ברייטע רייע פון טעמעס פון א געוויסן קולטורעלן, עטנישטן אדער נאציאנאלן פערספעקטיוו, ווי למשל, Encyclopaedia Judaica (די יידישע ענציקלאפעדיע), אנציקלופדיה תלמודית, און די Great Soviet Encyclopedia.
  2. אן ענציקלאפעדיע קען איבערגעבן די געזאמעלטע וויסן אין א ספעציפישן פעלד, ווי אן ענציקלאפעדיע פון מעדיצין, פילאסאפיע אדער געזעצן. ווי ברייט איז דער מאטריאל און ווי טיף די דיסקוסיע איז אפהענגיק אין דעם ציל ציבור.
  3. כדי אן ענציקלאפעדיע זאל זיין גוט ניצבאר דארף זיין א כסדרדיקער מעטאד פון ארגאניזאציע פונעם מאטריאל. היסטאריש זענען פאראן צוויי הויפט מעטאדן פון ארגאניזאציע פאר געדריקטע ענציקלאפעדיעס:אדער אלפאבעטיש, וואו מען אראנזשירט די אלע באזונדערע ארטיקלען אין אן אלפאבעטישן סדר, אדער היערארכיש. אלגעמיינע ענציקלאפעדיעס זענען געוויינלעך אויסגעלייגט אויף אן אלפאבעטישען שטייגער. היינט אבער, מיט עלעקטראנישע מעדיע, איז מעגלעך צו האבן עטלעכע ארגאניזאציע פאר דעם זעלבן אינהאטל. ווי אויך מיט עלעקטראנישע מעדיע איז מעגלעך צוצולייגן א זוך מעגלעכקייט.
  4. מאדערנע פראיעקטן ווי וויקיפעדיע שאפן נייע פארעמען פון אויסשטעלן דעם אינהאלט. דאס איז מעגלעך סיי ווי א געשעפט, פאר רווחים, ווי די ענציקלאפעדיע בריטאניקא, און סיי אינגאנצן דורך וואלוטירן, ווי וויקיפעדיע, וואס ווערט געפירט דורף א פונדאציע.

אנטוויקלונג פון דער ענציקלאפעדיע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
Naturalis Historiae, 1669 אויסגאבער, שער בלאט
די גרויסע דענישע ענציקלאפעדיע (Den Store Danske Encyklopædi)

ביכער וואס פרואוון ארומצונעמען דאס מענטשלעכע וויסן עקזיסטירן שוין פון אוראלטע צייטן. די ערשטע שריט צו שאפן ביכער וואס נעמען ארום די הויפט געביטן פון וויסן האט מען געמאכט אין אוראלט רוים. איינע פון פריסטע ענציקאלפעדישע ווערק וואס איז איבערגעבליבן ביז מאדערנע צייטן אין דער חיבור געשיכטע פון נאטור (לאטייניש: Naturalis Historia) פון פליני דער עלטערער, און רוימישער פאליטיקער וואס האט געלעבט אין דעם ערשטן יארהונדערט פון דער ציווילער רעכענונג. ער האט פארפאסט א ווערק פון 37 קאפיטלעך וועגן נאטירלעכער היסטאריע, ארכיטעקטור, מעדיצין, געאגראפיע, געאלאגיע און אנדערע אספעקטן פון זיין ארומיגער וועלט. ער שרייבט אין דעם פארווארט אז ער האט צוזאמענגעקליבן 20,000 פאקטן פון 2000 ווערק געשריבן דורך מער ווי 200 שרייבער, און דערצו האט ער צוגעלייגט נאך א סך ארטיקלען פון זיין אייגענער דערפארונג. מען האט פארעפנטלעכט זיין ווערק אין די יארן 77-79, און עס איז גאנץ מעגלעך אז ער האט נישט געהאט געענדיקט רעדאקטירן זיין ווערק בשעת זיין טויט ביים אויפרייס פון וועזואוו אין יאר 79.‏[1] זיין ווערק איז געווען ברייט אנגענומען אין דעם מיטל אלטער און אין דעם 16טן יארהונדערט האט מען אנגעהויבן רופן אזא ווערק אן ״ענציקלאפעדיע״.

די ערשטע ענציקלאפעדיעס זענען נישט געווען אזוי באקוועם צו ניצן אזוי ווי די היינטיקע. יעדער ביישטייער האט אריינגעלייגט ארטיקלען אזוי ווי עס האט אים געפֿאלן. צום ביישפיל, דער חיבור פון פליני דער עלטער ווערט איינגעארדנט לויט אלגעמיינע טעמעס וואס קומען אין א געוויסן לאגישן סדר, נישט אלפאבעטיש אזוי ווי מ׳איז געוואוינט היינט.

די גרעסטע ענציקלאפעדיע וואס מ׳האט אמאל פֿארפֿאסט איז די ענציקלאפעדיע וואס מ׳האט רעדאגירט לויטן באפעל פונעם כינעזישן קייסער אינעם 17טן יארהונדערט, און וואס אנטהאלט 5,020 בענדער.

ענציקלאפעדיעס אויפן סטיל וואס איז היינט באקאנט האט מען אנגעהויבן פארעפנטלעכען אינעם 18טן יארהונדערט:

  • אין יאר 1704 האט דזשאן האריס ארויסגעגעבן דעם "לעקסיקאן טעכניקום", וואס איז געווען די ערשטע ענציקלאפעדיע ארגאניזירט לויטן אלפאבעט.
  • אין יאר 1728 האט אפרים טשיימבערס אין ענגלאנד ארויסגעגעבן די "ציקלאפעדיע - אוניווערסאלישער ווערטערבוך פון קונסטן און וויסנשאפטן", וואס האט געדינט אלס גרונט פאר דער גרויסער ענציקלאפעדיע.
  • אין יאר 1750 איז ארויסגעקומען אין ווענעציע, איטאליע, דער ערשטער באנד פון 14 בענדער פון דער הלכה־ענציקלאפעדיע "פחד יצחק", פון רבי יצחק לאמפראנטי. די ענציקלאפעדיע האט אנטהאלטן הלכה־ ארטיקלען לויטן סדר פונעם אלף־בית. דער לעצטער באנד איז דערשינען אין בערלין דורך דעם מקיצי נרדמים פארלאג אין יאר 1888.
  • אין די יארן 1768-1771 האט דערשיינט אין סקאטלאנד די ערשטע אויסגאבע פון "ענציקלאפעדיע בריטאַניקאַ".
  • אין יאר 1772 איז געקאנטשעט געווארן דער גאנג פון פארעפנטלעכן די 28 בענדער (17 בענדער פון טעקסט און 11 בענדער פון אילטסטראציעס) פון דער פֿראנצויזישער גרויסער ענציקלאפעדיע (Encyclopédie ou dictionnaire raisonné des sciences, des arts et des métiers) - "ענציקלאפדיע, אדער אויפקלערונג־ווערטערבוך פון די וויסנשאפטן, קונסטן און ווערק". די דאזיקע ענציקלאפעדיע איז געווען א סארט ענציקלאפעדישע ווערטערבוך רב היקף וואס האט איינגעשלאסן דעפיניצעס פון ווערטער און פיל ענציקלאפעדישע ארטיקלען. די ענציקלאפעדיע איז רעדאגירט געווארן דורך זשאן לע ראן דשאלעמבער און דאני דידערא. מען האט אנגעהויבן שרייבן די ענציקלאפעדיע אין יאר 1751, מיט 140 שרייבער, און זי האט אנטהאלט 72 טויזנט ארטיקלען. וואלטער און זשאן-זשאק רוסא האבן זיך אויך באטייליגט אין איר.
  • אין יאר 1809 איז ארויסגעגאנגען די ענציקלאפעדיע בריטאניקא אין זעקס בענדער.
  • אן עקסטרעמער ביישפיל פון אן ענציקלאפעדיע מיט א ברייטן פארנעם איזי די מאנומענטאלישע ענציקלאפעדיע וואס מען האט ארויסגעגעבן אין דייטשלאנד Allgemeine Encyclopädie der Wissenschaften und Künste, in alphabetischer Folge (אלגעמיינע ענציקלאפעדיע פון וויסנשאפטן און קונסטן, לויטן סדר פונעם אלפאבעט) וואס האט אנטהאלט ארטיקלען מיט ביז 1,000 בלעטער. די ענציקלאפעדיע האט אנגעהויבן ווערן פארעפנטלעכט אין 1818 אין דער 168סטער און לעצטער באנד איז ארויסגעגאנגען אין יאר 1914.
  • די עלפטע אויסגאבע פון דער ענציקלאפעדיע בריטאניקא וואס האט זיך דערשינען אין 1911 ווייזט דאס גאנצע וויסן אין אנהייב פונעם 20סטן יארהונדערט. זי ווערט פאררעכענט די בעסטע אויסגאבע פון דער בריטאניקע, און טייל האלטן אפילו די בעסטע ענציקלאפעדיע וואס האט זיך נארווען דערשינען. פיל ארטיקלען אין איר זענען צעל מאל לענגער ווי די פאראלעלע ארטיקלען אין אנדערע ענציקלאפעדיעס. דאס איז געווען די ערשטע אויסגאבע מיט ארטיקלען געשריבן אויך דורך פרויען. די דאזיגע אויסגאבע איז מער נישט געשיצט דורך קאפירעכט, און עקזיסטירט אין אן עלעקטראנישן פֿארמאט.
  • נאך אנזיכטיקע ענציקלאפעדיעס זענען די שפאנישע "Enciclopedia Universal Illustrada" און "ענסיקלאפעדיא אוניווירסטל מיקראנעט", און די דייטשע "Meyers Konversations-Lexikon" און "Brockhaus und Efron".

די היינטיקע ווערסיע פֿון אײַנזאַמלען לױטן אַלפֿאַבעטישן סדר פֿון די הױפּט־װערטער די ארטיקלען וועלכע ווידמען אלע-ערלײ צענטראַלע באַגריפֿן, דערשײַנונגען און װי אױך מענטשן, ערטער, געשעענישן אאז"וו, האָבן אין דעם 18טן יאָרהונדערט אױסגעטראַכט די פֿראַנצויזישע פֿילאָזאָפֿן, שרײַבער און װיסנשאַפֿטלער װעלכע מען רופֿט טאַקע "די ענציקלאָפּעדיסטן" מיט דידראָ אין הויפּט. די דאָזיגע סיסטעם פֿון צונױפֿזאַמלען די סאַמע בעסטע וויסנשאפטן, קענטעניסן און באגרייפונגען פֿון יעדער גענעראציע איז געװאָרן גאָר שטאַרק פֿאַרשפּרײט איבער דער ציװיליזירטער װעלט, זינט דער סאַמע ערשטער פֿראַנצויזישער ענציקלאָפּעדיע האָט דער "ענציקלאָפּעדישער" זשאַנער זעלבסט דורכגעמאַכט פֿאַרשידענע גילגולים אין די װײַטערדיקע פּעריאדן װי אױך בײַ פֿאַרשידענע פֿעלקער און קולטור־קרייזן.

ייִדיש-שפּראַכיקע ענציקלאָפּעדיע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די גרעסטע (כאטש נישט די ערשטע) גאַנצע ענציקלאָפּעדיע אויף יידיש איז די יידישע וויקיפעדיע, אַ פֿרײַע אינטערנעט ענציקלאּפּעדיע וואָס װערט רעדאַקטירט זייט 2004.

  1. Naturalis Historia