פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 פֿעברואַר 26
מראה
- ליסטע פון די 79 אקעדעמי אווארד געווינער פון די בעסטע האליוואוד פילמען פון יאר גייט פאר די דיפארטעט איבער א מאפיע מעשה וואס ווערט געשפילט דורך זשאן ניקאלסאהן און מעט דעימאן מיט לינארדא דיקאפראו; די קעניגען איבער די קעניגען פון ענגלאנד; חלום מיידלעך איבער שווארצע זינגער וואס זענען געווארן גרויס און נאך.. (סידני מארנינג העראלד)
- געוועזענער וויצע פרעזידענט, על גאור, געווינט אסקער נאמינאציע פאר זיין פילם איבער גלאבאלע אנווארעמונג, אלס בעסטער דאקומענטערי פון יאר. ווערט איבערגעריסן בעפאר גרויסען פרעזידענטליכער ערקלערונג דורך מוזיק. (עי.פי.)
- אידישער דירעקטאר פון פילם איבער מיטל מזרח קאנפליקט געווינט אויך אנערקענונג, איבער זיין אסימילאציע מעשה ווי א אידישער פאלאפעל סוחר פאלט אין ליבע מיט זיין קאנקורענט אן אראבקע פאלאפעל סוחרקע. (זשעי. פאוסט)
- ברוך דיין האמת: מתנחל געפינען דערשטאכן אויף טויט דורך פאליסטינער, צפון פון חברון הי"ד. (וויינעט)
- נפטר געווען א מוזיקאלישער נפש אויך געווועזען אקטיוו צו פארשפרייטן אידישקייט אין אינדיע. אויסגעהויכט זיין נשמה אינמיטן אפרעכטן התבודדות אין איזאלירט וואלד. (ען.אר.זשי.)
- 96 יאריגער פוילישער גויטע, נאמינירט צו געווינען נאבעל פריז פאר איר העלדישער מיסיע פון ראטעווען 2.500 אידישע קינדער ביים חורבן אייראפע. (זשעי.טי.עי.)
- טינעק, ניו זשערסי: מתנחלים האלטן אפ הייזער פארקויף אין לאקאלער שול רופט ארויס בייזע פראטעסטן פון לינקע אידן מיט פאליסטינער. (ניו יארק פאסט)
- ווענזועלא: חב"ד רב ווייזט צוריק וויזיט פונעם פרעזידענט, יוגא טשאוועז, צו קאראקאס שול, כדי אים נישט געבן פאליטישע שטיצע. (וויינעט)
- אייניקל פון הרב שמשון רפאל הירש ז"ל, געווינער פון חתן פרס ישראל אויף תנ"ך, נפטר געווארן. (ערוץ 7)
- צה"ל לייגט גאנץ שכם מיט אירע 50,0000 אראבער אונטער קורפיא אויסצורוימען אירע טעראריסטען. (בי.בי.סי.)
- פראפעגאנדע פילם פון אש התורה קעגן מוסולמענער קאמפ קעגן ציונות רופט ארויס רוגזה אין קאלעזש קעמפוס. (ניו יארק טיימס)
- מקובל הרב דוד בצרי אין פראיעקט פון 10,000 קינדער זאלן דאווענען אז אכמאדיניזשאד זאל נישט קענען טשעפענען קיין אידן. (זשעי. פאוסט)