לדלג לתוכן

יוגא טשאוועז

פֿון װיקיפּעדיע
יוגא טשאוועז
Hugo Rafael Chávez Frías
געבורט 28 יולי 1954
ווענעזועלע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 5 מערץ 2013 (אלט 58)
סאן הואן, ווענעזועלע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ווענעזועלע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באשעפטיגונג פאליטיקער, אפיציער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
www.chavez.org.ve
חתימה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
טשאוועז

יוגא טשאַוועז (28סטן יולי, 1954 - 5טן מערץ 2013) איז געווען דער פרעזידענט פון ווענעזועלע. ער איז געווען דער פירער פון א רעוואלוציע און ער האט זיך געזען אלס א פירער פון די לינקע ליבעראלע וויזיע צו פראטעזשירן איבער דער גארער וועלט צו איינפירן זיין סאציאליזם.

ער איז אויך געווען א וויסטער ארכי שונא און קריטיק פאר אמעריקע צוליב אירע ניאו-ליבעראלע גלאבאליזאציע פאליסיס וואס שטערט לויט אים און לייגט אין סכנה די גוטס און אינטערעסע פון לאטיין אמעריקע דורך אמעריקעס ווייט גרייכנדע אויסערן מיניסטאריום פאליסיס.

א קאריערע מיליטערישער אפיציר, שאוועז האט געגרינדעט די לינקע פליגעל פיפטער רעפובליקאנער באוועגונג נאכן דורכפירן און ארקעסטרירן א דורכגעפאלענער פוטש אויפן פריערדיגן פרעזידענט קארלאס ענדרעס פערעז.

שאוועז האט דערנאך שפטער אין 1998 געוואנען די פרעזידענט וואלן מיט די הילף פון די ארימע באפעלקערונג און זינט דעמאלטס שוין צוויימאל וויידער ערוויילט געווארן צוליב דעם וואס די ארימע זענען די איבערוויגענדע מערהייט אין לאנד.

אין זיין לאנד האט ער שוין ערקלערט מלחמה קעגן קרענק, אנאלפאבעטיזם, נישט־דערשפייזטקייט, ארימקייט און אנדערע סאציאלע שוואכקייטן אבער ער ווערט נאכאלטס באטראכט פון די דערויסענדע מערב וועלט אלס א דיקטאטור און קארופטירטער פירער וואס ווארפט א פחד און מורא אויף די ציוויליזירטע וועלט מיט זיינע סטראשענוקעס וואס קומט בעיקר פון זיין זיין דערביטערט פון ארימקייט, כאטשיג זיין לאנד האט דאס רייכסטע אויל קוואל אויפן אמעריקאנעם קאנטינענט, דא איז טאקע דער סוד פון אמעריקעס פראבלעם מיט אים ווייל ער קאנטראלירט אין א געוויסן זין די אויל פרייזן וואס די עקאנאמיע איז פיל אנגעוואנדן אין דער סחורה.

ער האט אלע פריוואטע גרויסע אויל פאבריקן און נאך אינדוסטריעס איינגענומען מיט מיליטער, אז דאס זאל געהערן פאר די מענשטן קאנטראלירט און אנגעפירט דורך זיין רעגירונג.

פֿריערדיגער:
ראפאעל קאלדערא
פרעזידענט פון ווענעזועלע נאָכפֿאלגער:
ניקאלאס מאדורא