ווענעזועלע

פֿון װיקיפּעדיע

.

באליוואַרישע רעפובליק פון ווענעזועלע
פאן ווענעזועלע
פאן ווענעזועלע
סימבאָל ווענעזועלע
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד: Gloria al Bravo Pueblo
גלאריע צום בראַוון פֿאלק
אָרט פֿון ווענעזועלע
אָרט פֿון ווענעזועלע
קאָנטינענט דרום אמעריקע
אָפֿיציעלע שפּראַך שפאניש
הויפּטשטאָט קאראקאס
רעגירונג פעדעראלע רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
ניקאלאס מאדורא, כואן גואיידא
גרינדונג דאַטום
דעם 13טן יאנואר, 1830
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
916,445 קוואַדראַט ק"מ
33סט
0.32
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

28,199,825
40סט
30.2 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע 358.623 ביליאן (31סט)
וואַלוטע באליוואר
צײַט זאָנע 4:30 - UTC
אינטערנעט דאָמען ve..
טעלעפֿאָן קאָד 58+

װענעזועלע (שפּאַניש: Venezuela), אפיציעל די באליוואַרישע רעפובליק פון ווענעזועלע (שפאניש: República Bolivariana de Venezuela), איז אַ פֿעדעראלע רעפובליק אויפן צפון בארטן פון דרום אַמעריקע וואס שליסט איין אן א צאָל אינזלען אינעם קאראאיבישן ים. דאס לאנד גרענעצט גייאנע צו מזרח, בראזיל צו דרום און קאלאמביע צו מערב. צו צפון־מזרח זענען די אינזלען פון טרינידאד און טאבאגא. איר הױפּטשטאָט און גרעסטע שטאָטישע געגנט איז קאראקאס.

דאס לאנד באדעקט א שטח פון 916,445 ק״מ2 מיט א באפֿעלקערונג געשאַצט צו 29 מיליאן אין 2022.

זי האט פיל נאטורליכע אוצרות אין זיך, אבער דער הויפט אוצר ביי איר איז נאפט, דאס איז איר קוואל פון רייכטום, זי פארמאגט עטלעכע הונדערטער טורעמס מיט גרויסע גראב מאשינען פון ווי מען גראבט פיר און צוואנציג שעה א טאג אסאך נאפט וואס ווערט פארקויפט אין אויסלאנד ספעציעל צו די פאראייניקטע שטאטן. דעריבער האט ווענעזועלע א שטארקע איינפלוס אין אפעק, ווי אלע לענדער וואס פארקויפן נאפט זענען מיטגלידער. חוץ דעם פארמאגט זי אויך נאך אוצרות ווי גאלד, קופער, אייזן, זאלץ. אויך האט דאס לאנד פארשידענע מיני פיש, וואס איז א גרויסע באשעפֿטיגונג פאר די ארימע איינוואוינער פון לאנד.

איר הויפט שפראך איז שפאניש, וואס ווערט גערעדט דורך בערך 12 מיליאן מענטשן. אין דער הויפטשטאט קאראקאס וואוינען איבער 3 מיליאן מענטשן. אויך וואוינען דארט אסאך פארמעגליכע רייכע יידן מיט פראכטיקע אידישע געמיינדעס, וואס זענען וואויל באקאנט אין דער וועלט מיט זייערע מעשי צדקה וחסד.

אין ווענעזועלע געפינט זיך דער העכסטער וואסער פאל אויף דער וועלט, דער ענגעל וואסער פאל; ער איז טאקע שמאל און עס גיסט זיך פון אים ווייניג וואסער, אבער דאך איז ער דער העכסטער, און גייט אראפ פון א הויך פון 980 מעטער.

דער פאליטישער מצב אין ווענעזועלע איז וויבאלד דאס מערהייט פון פאלק לעבן אין גרויס ארימקייט עס איז דא א גרויסע צווישנשייד צווישן די ארימע און רייכע וועלכע זענען לערך צוואנציג פראצענט פון דער באפעלקערונג. די ארימע באפעלקערונג איז זייער בייז אויף די רייכערע און באטראכטן די העכערע קלאס אלס גנבים און שווינדלער און זאגן דאס איז וויבאלד אמעריקא העלפט די רייכע, דעריבער איז אויפגעשטאנען יוגא שאוועז וועלכער האט גוט פארשטאנען דעם מצב און האט געפרעדיגט אז די רייכע און אימפארליסטישע אמעריקע בראש פון בוש איז שולדיג אין אלעס, ער איז געווארן פרעזידענט פון ווענעזועלא און זייט דעמאלטס רייסט ער אראפ אמעריקא און פרעזידענט בוש מיט וואס ער קען. ער באטראכט זיך א קאמפאטישן פאר א אמעריקע, און פרויבירט צוזאעמענעמען אלע שונאים פון אמעריקא צו זיין פאראייניקט קעגן איר, אזעלכע מדינות ווי קובא אין עקסטרעמע אראבישע לענדער זענען זייע בעסטע פריינד.

עטימאלאגיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זי הייסט ענדליך צו דעם נאמען ווענעציע, וויבאלד אין יאהר ה'רצ"ט זענען די איטאליענער אהין אנגעקומען, זיי האבן געזען הייזער אויף שטאנקן ארויסגעשטעקט פון די וואסער עס האט זיי דערמאנט פון דער באוואסטער שטאט אין איטאליע, ווענעציע, וואס אירע גאסן זיינען פיל מיט וואסער, דערפאר האבן זיי גערופן דאס פלאץ ווענעזועלע, וואס מיינט די קליינע ווענעציע.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עטלעכע 500 טויזנט פון די קאריבער און אראוואק שבטים האבן געוואויט אינעם שטח וואס איז היינט ווענעזועלע איידער די שפאניער זענען געקומען און האבן איינגענומען דאס לאנד.

אמעריגא וועספוטשי איז אייגנטלעךגעווען דער ערשטער אייראפעער וואס איז אנגעקומען צו די בארטנס פון ווענעזועלע אין 1500.

די שפאניער האבן זיך באזעצט אין אנהייב פונעם 16סטן יארהונדערט אין דער שטאט קומאנא (Cumaná), וואס איז געווארן זייער צענטראלע שטאָט.

ווענעזועלע האט דערקלערט איר זעלבשטענדיגקייט פון שפאניע אום 5טן יולי 1811. דער ערשטער אויספרואוו צו שאפן א רעפובליק איז נישט געלונגען, אזוי אויך א צווייטער אין 1813. אין 1821 האט סימאן באליוואר, אן ארטיגער געבוירענער און דער גרויסער באפֿרייער פון דרום אמעריקע, געזיגט די שפאנישע קראפֿטן און האט זיי דערווייטערט פון א גרויסער טייל פון דרום אמעריקע, וואס איז געווארן די רעפובליק פון גרויס־קאלאמביע. אין 1830 האט ווענעזועלע זיך אפגעטיילט פון גרויס־קאלאמביע און געווארן אינגאנצן אומאפהענגיק.

געאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווענעזועלע איז פלאַצירט אין דעם צפון טייל פון דרום אמעריקע; געאלאגיש ליגט די יבשה פון ווענעזועלע אויף דער דרום אמעריקע פלאטנע; . זי האט א גארן שטח פון a 916,445 ק״מ2 און א לאנד שטח פון 882,050 ק״מ2, אזוי איז ווענעזועלע דאס 33סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט. איר טעריטאריע ליגט צווישן גארטל־ליניעס 0° און 16°N און מערידיאנען 59° און 74°W.

די טאוול־בערג, ראריימע און קוקענאן, אינעם גראן סאבאנע. קאנאימע נאציאנאלער פארק

עקאנאמיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווענעזועלע האט א מארק־באזירט געמישטע עקאנאמיע, וואס איר גרעסטער טייל איז דער נאַפֿט סעקטאר,[1][2] וואס נעמט איין בערך א דריטל פונעם ברוטא אינלענדישן פראדוקט (בא״פ), אומגעפער 80% פון אלע עקספארטן, און מער ווי העלפֿט פון דער רעגירונג׳ס הכנסות. בא״פ פער מענטש אין 2016 איז געשאצט געווארן צו US$15,100, ראנג 109טער אין דער וועלט.[3] ווענעזועלע האט דעם ביליגסטן בענזין אין דער וועלט ווייל דער פרייז פאר די קאנסומענטן פון בענזן ווערט שטארק סובסידירט. דער פריוואטער סעקטאר קאנטראלירט צוויי דריטל פון ווענעזועלע׳ס עקאנאמיע.[4]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. The Economy Of Venezuela. World Atlas.
  2. Is socialism to blame for Venezuela's never-ending crisis?.
  3. ציטירן גרײַז: אומגילטיגער <ref> טאַג; קיין טעקסט נישט געשריבן פֿאַר רעפֿערענצן מיטן נאָמען ciawfb
  4. What socialism? Private sector still dominates Venezuelan economy despite Chavez crusade (‏18 July 2010).