פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 מײַ 16
מראה
ארץ ישראל
- מצב אין ארץ ישראל פארערגערט. 4 טויט אין צה"ל אטאקע קעגן חאמאס אלס נקמה צו די לעצטיגע ראקעטן שיסעריי. (וויינעט)
- ענווייערמענטעליסטן בויען אויף א תיבה צו ווייזן און ווארענען די וועלט איבערן גלאבאלע אנווארעמונג פראבלעם וואס דראעט חרוב מאכן די וועלט. (טורקס.יו.עס.) - בלויז נאך 5 יאר פארבליבן ביז די וועלט גייט אונטער לויט געוויסע סייענטיסטען. (סקיי ניוז)
- פייערדיגער ציוניסט און גלח וואס איז געווען דער גרעסטער קעמפער אריינצושטעלן די אידישע און קריסטליכע רעליגיע אין וואלן אויף פאליטיק און אזוי ארום באיינפלוסן די רעגירונג פיראכץ ארויפציצווינגן גאטס ווילן אויפן אמעריקאנעם פאלק, זשערי פארוועל, טויט אין עלטער פון 73 יאר. (די זשואיש פרעס)
- ברוקלין: נאציאנאלע וואולטעטיגע ארגענעזאציעס איבערזוכט רעפארט קריטיקירט נעגעטיוו, יד לאחים און זכרון שלמה רפואה פאנד צווישן אנדערע, וואס נעמען פאר זיך רוב פון אייערע צדקה געלטער; קוים א דריטל גייט פארן צוועק דירעקט די איבעריגע רוב גייט אין פריוואטע טאש פון די אנפירער. (פארט גרין קוריער)
- ארץ ישראל געזעץ מיניסטער ערקלערט: 83 פראצענט פון די דיינים אין בית דין זענען חרדים קעגן בלויז 17 פראצענט וואס זענען מזרחי. (דתילי)
- קאסאם ראקעטען פון עזה זעצן פאר אראפצורעגענען און לענדען אויף הייזער אין שדרות, צענדליגע פארוואונדעט. (זשעי. פאוסט)
- פאליטיק: רעפאבליקאנער פרעזידענט פראנט ראנער רודי זשוליאני האט א ווייב וואס ווערט באשולדיגט דורך איר ערשטע מאן צו זיין אן אנטי-סעמטיטקע. (זשעי.טי.עי.)
- דער בלאט דרוקט אפ חוזק בריוו אז די מיידלעך אין סקול לערנען צופיל היסטאריע פון די גוים און מען ברויך מער לערנען איבער פוד סטעמפס און מעדיקעיד מיט סעקשאן 8. (צירק געצעלט)
- הרב דוב ליאור הויפט רב פון חברון 'ענט: מען טאר נישט מקבל זיין די גרים פון דארפור. (ערוץ 7)
- איד עולה פון פראנקרייך זאגט פאר די פאליציי אויפן גאס אין תל אביב: קומט מיט מיר איך האב דערמארדעט אן אראבער פון ירושלים. (הארץ)
- ר' אורי לופליאנסקי אנערקענט אראבישע משפחה וואס זייער מאן\טאטע איז דערמארדערד געווארן דורכן איד אלס קרבנות פון טעראר. (זשעי. פאוסט)
- דער אידישער איזראעלי מולטי-ביליאנער יצחק תשובה פלאנט 5 ביליאן דאלערדיגע רעזארט פלאץ אין לאס וועגאס. (וואל סטריט זשורנאל)
- פייוו טאונס: אידישע רעליגיעזע איינוואונער וואס שיקן די קינדער אין פריוואטע מוסדות החינוך געווינען מיט א שטארקע אויבערהאנט די וואלן פאר פובליק סקול וועד איבער און קעגן די פרייע אידן וואס שיקן יא די קינדער אין פובליק שולעס. (ניוזדעי)
- כאמאס דערהארגעט 5 פין אירע אייגענע קעמפער אין אבמוש אויף קעגנדער פאטאח גרופע. (זשעי. פאוסט)
- דייטשער פרעמיער מיניסטערקע מעלדט: נייער איבערגעשריבענער אייראפישער פאראיין'ס קאנסטעטוציע וועט ארויסלאזן און נישט דערמאנען גאטס נאמען. (זשעי.טי.עי.)