לדלג לתוכן

עולה

פֿון װיקיפּעדיע

עוֹלה איז א קרבן וואס מען איז מקריב די גאנצע בהמה אויפן מזבח אחוץ פונעם פעל, אנדערש ווי אנדערע קרבנות וואס די כהנים און צומאל אויך דער בעל הבית באקומען א חלק דערינען.

א קרבן עולה איז קדשי קדשים וואס מען דארף שעכטן אין דער צפון זייט פון דער עזרה.