פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 מערץ 15
מראה
- באלטימאר מערילענד, לעגיסלאטור איז נענטער דורכפירן נייעם געזעץ וואס וועט צווינגען אידישע פרומע מענער צו געבן א אידישען גט בעפאר זיי באקומען א לעגאלער גט פון א ריכטער, כדי נישט צו האלטן די פרוי אן עגונה, חילול ה' ווען דוקא פרייע אידן זענען דערקעגן ווייל זיי ווילן נישט אז די רעגירונג זאל אנערקענען רעליגיע, און דוקא קריסטען זענען דערפאר צוזעהדיג די ליידן פון פרומע עגונות. (באלטימאר סאן)
- רעדאקטאר פון אלגעמיינער זשורנאל, ר' יוסף יצחק יאקאבסאהן, וויל נישט בשום אופן שטעלן א לינק פון זיין וועב סייט צום אידישען וויקיפעדיע אבער ער וויינט אז די פארווערטס איגנארירט דעם אלגעמיינער זשורנאל אלס אידישער צייטונג. (אלגעמיינער)
- רעפארמער פארברייטערן זייער עקזיסטענץ און ארבייט צווישן ארץ ישראל אידענטום מיט פאנדינג קרן פון איבער הונדערט מיליאן דאלער צו פינאנצירן דעם בוזשעט פון זייערע אקטיוויטעט אויסשטעלן די אידישקייט לויט זייער אמונה אוועק פון ביז איצטיגען ארטאדאקסישען מאנאפאל. (זשעי. פאוסט)
- ניו יארקס אידישער מעיאר, מייקל בלומבערג האט זיך נישט געוואלט טרעפן מיט לאנדאןס מעיאר קען ליווינגסטאן אנגעבליך צוליב זיינע אנטי אידישע סענטימענטען. (בי.בי.סי.)
- ברוס טייטלבוים, רודי זשוליאניס פרומער אידישער רעכטער האנט שלאגט זיך מיט סענאטאר טשאק שומער צו ראטעווען און צוריקשטעלן דעם פארקויף פון סטארעט סיטי פאר דעם חרדישען ריעל עסטעיט מאגנאט, ר' דוד ביסטריצער, טייטלבוים איז איך איינע פון די פילע שותפים אינעם מקח. (ניו יארק אבזערווער)
- פוילן באערט עלעטרער פרוי וואס האט אפגעראטעוועט 2,500 אידישע קינדער פונעם האלאקאוסט. (באסטאן העראלד)
- קרית יואל באקומט פעדעראלע געלטער צו בוי גאראדזש פאר זייערע באסעס. (רעקארד אונליין)
- ליבעראלע אידן ברויזען אויף שותפות צווישן ציוניסטישער לאביאונג גרופע, עיפאק מיט קריסטליכע גלחים לטובת ארץ ישראל. (טי.פי.עם. קאפעי)
- בלוט באד אין די וויליזש לאזט איבער 4 טויט. (סי.ען.ען.)