פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2006 נאָװעמבער 29
מראה
- הלכהדיגער פולמוס: מעג דער מאן איינשלונגען די נייע פיל וואס מאכט אים צייטווייליג קענען האבן געשלעכט אבער נישט פראדוצירן קינדער? מנחת יצחק אסערט און ר' משה פיינשטיין מיטן ציץ אליעזר זענען מתיר. [1]
- ארץ ישראל: סטרייק אין לוד עירפארט שאפט כאאס פאר אינטערנאציאנאלע טוריסטן. [2]
- ניו יארק פאסט לשון הרע קאלום, פעידזש 6 דעקט אויף: אקטיאריסקע פאמעלע ענדרעסאן האט זיך גגט צוליב איר ראלע אין אידישער אנטיסעמיטישער פילם: בויראט. [3]
- בילדער פון קאר עקסידענט אין בארא פארק. [4]
- ארכיאלאגען טרעפן גאר היסטארישע אביעקטן ביי בוי ארבעט צו רענאווירן די חורבת רבי יהודה החסיד שול אין אלט שטאט ירושלים. [5]
- געזוכט: אייניקליך פון תימן משורר צו טעסטען זייער זשענעטיקס צו די קבר איז טאקע פון זייער זיידע כדי דאס צו מפנה זיין קיין ארץ ישראל. [6]
- ברוך דיין האמת: אינג קינד אייניקל פון חסידישען חב"ד מקובל און רעכטער ראש ישיבה פון קבר יוסף אין שכם, נפטר געווארן אין עקסידענט אויף זיין ביציקל. [7]
- ר' מעכעלע מנתניה אויפן פראנט בלאט פון חרדישער מאגאזין עולם החסידות. [8]
- ארץ ישראל אין איר שיינקייט: פינעף חרדישע שטעהט געווינען אויסצייכענונג אויף ריינקייט; ביתר עילית; מודיעין עילית; קרית יערים; אלעד; עמנואל. [9]
- עטישער דילעמע אין ארץ ישראל איבער השתלת אברים פון כינע וואס פארדאכטען זענען אז מען הארגעט די מענטשן דארטן ספעציעל דאס צו פארקויפן זייערע גלידער פאר גרויס געלט, אבער ש"ס חבר הכנסת זאגט אז מען זאל ווייטער אנהאלטן די איברים האנדל ווייל א אידס לעבן איז מער ווערט פון א כינעזער. [10]
- ירושלים: מוחאה בעיקר פון ספרדים און רעכטע ציונים איבער באגעגענישען צווישען אראבער מיט אידן. [11]
- דראמא ווען ברית מילה גייט שלעכט, מוהל פארשניידט בטעות די הויפט אדער און זאק זרע. [12]
- קאני איילענד עסטראלענד אויספלוג פארק פארקויפט פאר ריעל עסטעיט דעוועלאופער וואס וועלן דאס פארוואנדאלען אין א רעזארט פלאץ פאר א גאנץ יאר. ראולערקאוסטער פארבלייבט. [13]
- דעמאקראט קאנגרעס ספיקער נענסי פעלאוסיס פאטער איז געווען גאר א שטארקער אידן פריינט אויף אזוי ווייט אז ביי די צווייטער וועלט מלחמה האט ער געארבייט קעגן זיין אייגן פארטייס אינטערסען צו ראטעווען אידן, און האט זיך ארויסגעשטעלט קעגן זיין אייגן פארטייס אמטירענדן פרעזידענט רוזעוועלט לטובת די אידן. [14]
- ארעסט דורכגעפירט אויף אנטיסעמיטישער אטאקע אויף ניו זשערסי רוזעוועלט ישיבה. [15]
- איד וואס איז געווארן א מוסולמענער געבט ארויס געהיימעניסען פון אל קעאידע. [16]