משה ליאן

פֿון װיקיפּעדיע
משה ליאן
געבורט 6 אקטאבער 1961 (אלט 62)
תל אביב-יפו, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט בר אילן אוניווערסיטעט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פארטיי ליכוד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
ווייב סתווית ליאון
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
בנימין נתניהו, מיט ווייב שרה און קינדער יאיר ואבנר בהדלקת נרות חנוכה במשרד ראש הממשלה, 1996; מיט משה ליאן בירגערמייסטער ירושלים
ירושלימער בירגערמייסטער משה ליאון, מיט בנימין נתניהו מיט הרב יצחק כדורי פרעזידענט און ראש ישיבת נחלת יצחק אין ירושלים און הינטער אים זיין זון הרב דוד כדורי ראש ישיבת נחלת יצחק אין ירושלים

משה ליאן (העברעיִש: משה ליאון; געבוירן דעם תל אביב יפו ישראל בעברי כ"ו תשרי ה'תשכ"ב, בלועזי 6טן אקטאבער, 1961) איז א ישראלישער פאליטיקער און דער בירגערמייסטער פון ירושלים. ער איז פריער געווען א מיטגליד אין דעם ירושלים שטאטראט, אלגעמיינער דירעקטאר פון דעם פרעמיער מיניסטערס ביורא, פארזיצער פון ישראל באנען און פירער פון דעם ירושלים אנטוויקלונג אויטאריטעט.

אום 13טן נאוועמבער 2018 האט מען אים געוויילט בירגערמייסטער פון ירושלים; ער איז דער ערשטער ספרדישער בירגערמייסטער אין דער היסטאריע פון דער שטאט.

יונגע יארן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

משה ליאן איז געבוירן געווארן אין גבעתיים, ישראל, צו זיין פאטעאר (יצחק) שלום ליאן‏[1] און זיין מוטער חנה (צ'חלה)‏[2] און האט געלערנט אין שולע אין דערבייאיגן תל אביב. ער האט געדינט אין צה״ל וואו ער איז געווען מיט די מיליטערישע רבנים, און האט געזונגען אין דער קאפעלע.[3] פון צייט צו צייט דינט ער אלס בעל תפילה.[4] ליאן האט גראדואירט מיט אן ערשטן דיפלאם אין עקאנאמיק און חשבון־פירעריי פון בר־אילן אוניווערסיטעט, און האט קוואליפיצירט ווי א חשבון־פירער אין 1990. זיין ברודער דאקטאר נסים ליאן איז א לעקטאר אין דעם דעפארטמענט פון סאציאלאגיע און אנטראפאלאגיע אין בר־אילן אוניווערסיטעט.

פובליקע קאריערע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין 1996, האט מען באשטימט ליאן פארוואלטונג־דירעקטאר פון דעם פרעמיער מיניסטערס ביורא פון בנימין נתניהו, ווי אויך זיין עקאנאמאק־עצה־געבער, ביז 1999.[5]

פון 2003-2006 איז ער געווען פארזיצער פון ישראל באנען, נאכדעם וואס פריער האט ער געארבעט ביים פארטן און באנען אויטאריטעט.

אין 2008, האט מען אים באשטימט פארזיצער פון דעם ירושלים אנטוויקלונג אויטאריטעט.אין יולי 2014 איז ער געווארן פארזיצער פון דעם דירעקטאריום פון דעם מעיני הישועה מעדיצין־צענטער אין בני ברק.

פאליטישע קאריערע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין 2013, האט ליאן געלאפן פאר בירגערמייסטער פון ירושלים און האט באקומען  45% פון די שטימען, אבער דער געוועזענער בירגערמייסטער ניר בארקאט האט אים געזיגט.[6] דער ליכוד פארטיי האט באקומען איין מאנדאט און ער איז געווארן א מיטגליד פונעם  ירושלים שטאטראט.[7]

דעם 25סטן מערץ 2018, האט ליאן געמאלדן אז ער וועט קאנדידירן פאר בירגערמייסטער אין די 2018 וואלן. פון די פיר קאנדידאטן האט ליאן באקומען 33%, און עופר בערקאוויטש האט באקומען 29%.[8] לויט די וואלן געזעצן דארף א קאנדידאט פאר בירגערמייסטער באקומען מינדערסטן  40% פון די שטימען צו געווינען.[9] דעם 13סטן נאוועמבער האט מען געהאלטן צווייטע וואלן, און ליאן האט געזיגט מיט 50.85% פון די שטימען קעגן 49.15% פאר בערקאוויטש.[10]

פערזענלעך לעבן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ליאן איז געהייראט צו סתוית, און האט פיר קינדער. ער וואוינט אין דער רחביה געגנט פון ירושלים.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]