לדלג לתוכן

שטאלץ פאראד

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון מצעד הגאוה)
א שטאלץ פאראד אין דייטשלאנד

דער שטאָלץ פּאראד איז א יערלעכער גאסן-פאראד (אויפמארש) וואס ווערט ארגאניזירט דורך האמאסעקסואלן, לעזביאנקעס, ביסעקסואלן און טראנסזשענדערס אין רוב גרויסע שטעט פון דער מערב וועלט איבער דער גארער וועלט . דער ציל מיט דעם פאראד איז צו דערקלערן דע-פאקטא, ליבעראליזירן, און נאנט-ברענגען דעם געדאנק פון דערלויבן דאס סעקסואלע צוזאמלעבן פון מענער מיט מענער און פרויען מיט פרויען.

אין אנפאנג האבן אלע לענדער באשטימט א באזונדער טאג פאר דער שטאלץ פאראד. אבער זינד די 90קע יארן האט מען באשטימט דאס צו טון אין באזונדערע טעג, כדי זאלן אזעלכע זיך קענען מיטטיילן אין פארשידענע פאראדן.

אין אנפאנג איז דער פאראד געווען אויף א נעגעטיווער פראטעסט סטיל, אבער היינט זעט דאס אויס מער אלס א קארנאוואל וועלכע מען גייט מיט קאלירטע רוישנדיקע קליידער מיט מוזיק באגלייטונג, צו ארויסווייזן זייער שטאלץ מיט זייער סעקסולערע נייגונג און דאס לעגעטים מאכן פאר די מענטשהייט.

די מאנאטיסטישע רעליגיעזע, און אלע טראדיציאנאלע מענטשן, איבערהויפט (יידן, מוסולמענער און קריסטן) זיינען קעגן דעם פאראד. אין די יידשע תורה איז פארבאטן זאל א מאן האבן געשלעכט־באציאונגען מיט זיין אייגענעם מין, דאס הייסט "משכב זכר" און ווערט פארעכענט פון די סאמע גרעסטע עבירות ווי עס ווערט באטיטלט מעשה סדום וואס מען דארף חרוב מאכן די גאנצע שטאט פאר דעם.

ביי די פרומע געמיינדע האט מען קיינאמל נישט אזוי שטארק גערעדט דערפון צוליב איר פראבלעם וואס מ'זאגט פאר קינדער וואס האבן נאכנישט די סעקסואלער תאווה אזוי אנטוויקעלט און וועלן אנקוקן די סארט משכב זכר עבירה לעגטים און עקזיסטירענד. אבער נאוועמבער 2006 האט זיך דאס געטוישט, ווייל דאן האט געדארפט פארקומען אזא פאראד אין ירושלים דאן האבן די פרומע דערוועקט און האבן אנגעפירט הפגנות קעגן דעם פּאַראַד.

דער נייער פענאמענא ביי חרדים צו פירן אז מערכה איז אין נישט קליינעם טייל, צו פארדאנקן די מעשה פון ישי שליסל וואס האט געטאן א מעשה קנאות, פאר א יאר בעפאר, וואס האט דערשטאכן 2 בעלי עבירה וואס האן געטאן מיט שטאלץ זייער אקט, ער האט טאקע באקומען 26 יאר תפיסה דערויף אבער זיין אקט האט ערוועקט די פרומער דעת הקהל צו די הארבקייט וואס די תורה דרוקט זיך אויס צו דעם ענין.

אבער אפילו דעמאלטס האבן געוויסע רבנים נישט געהאלטן פון די פראטעסטן וו.צ.ב.ש. גור רבי צוליב די חינוך אז די קינדער וועלן אנקוקען אז עבירה אלס עקזיסטענץ.

און ביי די קנאים איז אין גרויס טייל צו פארדאנקן ר' משה שטערנבוך וואס האט פערזענליך זיך באטייליגט אין די גאסן דעמאנסטראציעס צו אריינשלעפן די גאנצע עדה החרדית אין די קאמפ. ביז הרב אלישב האט זיך אויך צוגעשטעלט פון די ליטווישע און ערלוי רבי פון די חסידישע קרייזן.

ביי חרדים רופט מען דאס מיטן שפעט נאמען מצעד התועבה צוליב דעם וואס דער הויפט ציל דערפון איז צו ווייזן שטאלץ מיט געי לעבנסשטייגער וואס דאס איז ביי זיי באטיטולט מיטן שם כללי תועבה.