מהר"ל פון פראג

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

רבי יהודה ליוואי, באקאנט אלס דער מהר"ל פון פראג אדער דער הויכער ר' לייב, (נפטר: י"ח אלול ה'שס"ט), איז א באוואוסטער רב און פוסק, מקובל און פילאזאף, מחבר ספרים, שתדלן, ראש ישיבה און פאליטיקאנט, וועלכע איז געווען פון די גרעסטע פערזעהנליכקייטן אין אנהייב תקופה פון די אחרונים מיט א גרויסע השפעה צווישן די יודן און נישט-יודן צוגלייך.


די מצבה פונעם מהר"ל אינעם אלטן בית החיים אין פראג

זיינע ספרים האבן געהאט א שטארקע השפעה אין די ספרי תורת החסידות וואס איז געגרינדעט געווארן איבער הונדערט יאהר שפעהטער. זיין פערזענליכקייט ווערט אפט פארבינדן מיט די פאנטאזירטע מעשיות איבער דער גולם פון פראג.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דער מהר"ל איז געבוירן אין פויזן פסח ביינאכט צו זיין פאטער רבי בצלאל פון ווירמייזע און זוהן פון רבי יהודה ליוואי הזקן וועלכע האט געצויגן זיין יחוס ביז דוד המלך.

איבער די פונקטליכע יאהר פון זיי געבוירן זענען פארהאן אסאך חילוקי דעות און ס'שווער פעסטצושטעלן ווער ס'איז גערעכט. די שיטות לויפן פון ה'רע"ב ביז ה'ר"פ.

ער איז געבוירן אלס דער יונגסטער פון פיער ברודער, אלע פון זיי זענען אויסגעוואקסן בארימטע גאונים.

עס איז אנגענומען אז דער מהר"ל האט נישט געלערנט אין א ישיבה, נאר ער אלעס קונה געווען פון זיך אליין מיט התמדה אין די ספרים וואס ער האט געהאט. און ער דערמאנט טאקע נישט אין זיינע ספרים קיינעם ביים נאמען אלס זיין רבי, א זעלטענע זאך פאר א יודישער גאון און מחבר ספרים פון די פריערדיגע תקופה.

אין עלטער פון צוויי-און-דרייסיג יאהר האט ער חתונה געהאט צו זיין פרוי מרת פערל, די טאכטער פונעם גביר רבי שמואל פון פראג באקאנט אלס רייך שמעלקע.

א נענטערע בליק אויפן לייב וואס איז אויסגעקריצט אויף די מצבה פונעם מהר"ל

אלס רב און מנהיג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ניקאלשבורג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאהר ה'שי"ג איז דער מהר"ל אויפגענומען געווארן אלס רב און ראש ישיבה אין ניקאלשבורג און איבער גאנץ מעהרין וואו ער האט געדינט צוואנציג יאהר ביז ה'של"ג.

ער האט דארט מתקן געווען אסאך תקנות איינצוצוימען איבריגע לוקסוס.

ווען דער מהר"ל איז פון דארט אוועק איז ער איבערגענומען געווארן דורך זיין איידעם רבי יצחק.

אין פראג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אין של"ג האט ער זיך אריבערגעצויגן ווי א פריוואטער מענטש קיין פראג, וואו א גרויסער טייל פון זיין פאמיליע האט געוואוינט.

נאך א קורצע צייט האט ער געגרינדעט א בית מדרש פאר תלמידים אינעם קלויז פון פראג וואס איז געבויעט געווארן מיט עטליכע יאהר פריער.

ער האט עס דייקא נישט אנגערופן ישיבה, ווייל ער האט געהאט אן אנדערע דרך הלימוד פון די ארטיגע ישיבות וועלכע האבן מעהרסטנס עוסק געווען אין פלפול.

כאטש דער מהר"ל האט נישט אנגעהאלטן קיין אפיציעהלער פאסטן, איז ער געווען אנערקענט אלס איינע פון די חשובע מנהיגים פון די קהילה. ווען דער דעמאלטסדיגער פראגער רב רבי יצחק בן ישעיה איש מעלינג איז נפטר געווארן אין י"א אייר ה'שמ"ג, האט דער דער מהר"ל עהם אומאפיציעהל איבערגענומען. ער האט דאן געהאלטן די דרשות אין דער שטאטישער אלט ניי שוהל, וועלכע באלאנגען פארן רב.

אין פויזן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

למעשה וויבאלד ער האט שטארק גע'מוסר'ט די ראשי הקהילה און אויך צוליב זיין קעגנערשאפט צו פלפול, האט מען אים נישט אפיציעל אויפגענומען און דערפאר איז ער א יאר דערנאך געגאנגען ווערן רב אין זיין געבורטס-שטאט פויזן וואו ער האט געדינט פאר פיר יאר אלס רב הראשי פון די שטאט און די גלילות.

אין יאהר ה'שמ"ח איז ער צוריק קיין פראג וואו מען געפינט אז ער האט געהאלטן א שארפע דרשה איבער די מחלוקת אין שטאט.

ער איז דארט געווען ביז אייר ה'שנ"ב ווען מען האט אים באשטימט אלס הויפט רב פון פוילן. ער איז געבליבן אין פויזן פינעף יאהר.

י"ז אייר ה'שנ"ז טרעפט מען ווידער דעם מהר"ל אין פראג וואו ער איז געקומען צום דריטן און לעצטן מאהל יעצט שוין אלס אפיציעלער רב און ראש ישיבה.

נאך צוויי יאהר האט ער זיך אפגעזאגט פון זיין פאסטן אלס ראש ישיבה, אבער רב און אב בית דין איז ער פארבליבן ביז זיין פטירה.

אלס שתדלן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

איינע פון די זאכן מיט וועלכע דער מהר"ל איז גאר באקאנט איז מיט זיין אקטיוויטעהטן צו אפשאפן דעם בלוט בלבול.

די לעגענדע פארציילט אז מיט זיין געבוירן האט ער שוין מצליח געווען צו ראטעווען די ארטיגע יודן פון א בלוט בלבול, אום פסח ביינאכט ווען מ'איז געגאנגען זוכן א הייבאם.

ס'איז דאקומענטירט אז אום חודש אדר ה'שנ"ב האט ער זיך געטראפן מיטן קייסער רודאלף דער צווייטער.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

זיינע קינדער:

  • רבי בצלאל חריף, ראש ישיבה אין קעלן, נפטר בחיי אביו בשנת ה'ש"ס
  • לאה, די ערשטע ווייב פון רבי יצחק בן שמשון כ"ץ
  • פייגלה, די צווייטע ווייב פון רבי יצחק
  • גיטלע, די ווייב פון רבי שמשון ברנדיס הלוי פון די קצינים אין פראג
  • רייכל, די ווייב פון רבי אברהם הלוי וואלירשטיין
  • טילא, די ווייב פון רבי הירש סאבטקא
  • רעאלינא, די ווייב פון רבי חיים פרנס ומנהיג פון פראג פאר פערציג יאהר
א סטאטוע פונעם מהר"ל אין פראג

אייניקלעך[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

תלמידים[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]


זיינע ספרים[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דער מהר"ל האט פארפאסט פילע ספרים אין מערערע מקצועות וועלכע זענען שטארק אנגענומען געווארן.

טייל זענען גאנץ שווער און טיעף ממילא זענען זיי מער אנגענומען ביי מקובלים און תלמידי חכמים. אויך מערערע פירושים זענען געשריבן געווארן אויף זיינע ספרים.

טייל ספרים וואס ער האט נישט באוויזן צו דרוקן, ווי זיין פירוש אויף טור יורה דעה, חידושים אויף די גמרא און רי"ף, און נאך זענען פארברענט געווארן אין א שריפה אין ה'תמ"ט.

פירושים[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אין פאלקלאר[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אין די ערציילונגען איז דער מהר"ל גאר א באריהמטער פיגור מיט זיינע מיסטישע פעולות מיטן גולם און קעגן דעם גלח טודיוס.

פילע ביכער און שפיהלן זענען ערשיינען אויף דער טעהמע.

וועב לינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]