לעא פולד
געבורט |
29 אקטאבער 1912 ראטערדאם, האלאנד |
---|---|
טויט |
10 יוני 1997 (אלט 84) אמסטערדאם, האלאנד |
פאך | זינגער |
www | |
לעא פולד (29סטן אקטאבער 1912 - 10טן יוני 1997) איז געווען א יידישער זינגער פון האלאנד, וואס פלעגט זינגען אין יידיש, העברעיש, ענגליש, דייטשיש, פראנצויזיש און האלענדיש.
איידער דער צווייטער וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן, איז ער געווען דער מערסט רעקארדירסטער זינגער אין אייראפע און אין די פאראייניגטע שטאטן. נאכ דער מלחמה האט ער ווידער אויפגעטרעטן, ביי קאנצערטן און גרויסע קלובן.
ער איז געווען א דריט קינד פון א פאמיליע פון צען קינדער. זיין טאטע איז געווען א וויסטער ארעמאן, אין בית המדרש האט מען ערשט אנטדעקט זיינע פעיגקייטן, ער האט באקומען סובסידיעס, צו קענען לערנען ווי צו נוצן דאס קול, מיטן חשבון אז ער וועט ווערן א חזן.
צו די זעכצן האט ער שוין אנגעפירט רעליגיעזע צערעמאניעס אין בתי מדרשים, צו יענער צייט האט ער אנגעפאנגען זינגען אין שענק אין ראטערדאם. דערנאך האט געזונגען אויפן האלענדישן ראדיא.
אין 1932, האט לעא עמיגרירט קיין לאנדאן, ענגלאנד. ער האט אויפגעטרעטן אויף בי.בי.סי., ער האט דערנאך אויפגעטרעטן אין באוואוסטע טעאטערס איבער בריטאניע.
אין 1936, האט פולד אונטערגעשריבן א קאנטראקט, מיטן פראצויזישן קאסינא, אין ניו יארק. ווען ער איז אנגעקומען קיין ניו יארק, האט ער זיך אסאך פארנומען מיט שרייבן, און באארבעטן יידישע לידער. אין 1938 האט ער געמוזט פארלאזן די פאראייניגטע שטאטן, וויבאלד זיין וויזע איז אפגעלאפן. צוריק קומענדיק קיין אייראפע, האט ער געבעטן א וויזע אויף זיך צו באזעצן אין אמעריקע, צו זיין מזל איז ער ארויף אויפן לעצטע שיף, וואס איז געפארן קיין אמעריקע, נאכדעם האבן די נאציס אנגעפאנגען די צווייטע וועלט מלחמה.
ווען ער האט געהערט אז רוב פון זיין פאמיליע, איז אומגעקומען אין די טויט לאגערן, האט ער אויפגעהערט אויפטרעטן, און מער נישט געזונגען, אין יענער תקופה.
נאכן קריג האבן מערערע פלעצער אנגעטראגן ארבעט פאר אים, אבער נישט זיגענדיק א לאנגע צייט, האט אים געדוירט א וויילע ביז זיין זעלבסט זיכערהייט, איז צוריק צו אים. זיין שוועסטער איז געווען, די איינציקסטע פון זיין גאנצע פאמיליע, וואס האט איבערגעלעבט די קריג.
זייענדיק אין פאריז, פראנקרייך, אין א ווערצהויז, האט ער געהערט א ייד פון פוילן, אן איבערלעבער פון ווארשעווער געטא זינגט א ליד, וואו אהין זאל איך גיין, ער האט געבעטן דעם ייד, זאל אים געבן רעכטן אויפן ליד, און צוגעזאגט אז די ליד וועט ווערן באוואוסט איבער דער וועלט, וואס איבער די קומענדיקע יארן, האט ער עס געזונגען אין ראדיא, טעלעוויזיע, און אין מערערע פלעצער.
אין 1949, האט ער געמאכט קאצערטן איבער דער וועלט, אויפטרעטנדיק אין בראזיל, ארגענטינע, און טשילע. צפון אפריקע, ישראל און לבנון.
שפעטער האט ער געעפנט אין ניו יארק א נאכט לאקאל, וואס איז געווען א שטארקע סוקסעס, דערנאך איז ער אריבער קיין לאס וועגאס, נעוואדא. דארט האט ער געהייראט, און געהאט א טאכטער מרים, ער האט זיך געגט, און ער האט זיך אומגעקערט וווינען אין אמסטערדאם, האלאנד.
ער איז געשטארבן אלטזייענדיק 84 יאר, אין אמסטערדאם.