לדלג לתוכן

יצחק טוביה ווייס

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון טויביה ווייס)
הרב יצחק טובי' ווייס
געבורט 26 אויגוסט 1926
תרפ"ו
פעזינג, סלאוואקיי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 30 יולי 2022 (אלט 95)
ירושלים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישע בית עולם פון הר הזיתים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה סלאוואקיי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט ישיבת בית יוסף רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אמטן גאב״ד פון דער עדה החרדית, ירושלים
דיין אין אנטווערפן
זיינע רביס משה שניידער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
הרב יצחק טוביה ווייס מיט הרב יהושע לייפער, מנהל פון מכון ״עוז והדר״ (אויגוסט 2015)

הרב יצחק טוביה ווייס (26סטן אויגוסט 1926 ט"ז אלול תרפ"ו - 30 יולי 2022 ב' אב תשפ"ב) איז געווען דער גאב"ד פון דער עדה החרדית אין ירושלים און ראש ישיבה פון חכמת התורה אין ירושלים.

ער איז געבוירן געווארן תרפ"ו אין דער שטאט פעזינג, נעבן בראטיסלאווא אין טשעכאסלאוואקיי (היינט אין סלאוואקיי) אלס דער יונגסטער זון פון זיין טאטן הרב שלמה ווייס און זיין מאמע ריקל. דער טאטע איז געווען א מגיד שיעור אין שטעטל און א תלמיד פון שבט סופר, און פאר זיין פרנסה איז ער געווען א האלץ סוחר. אינדערפרי האט ער געלערנט אין דער ארטיגער סעקולערער שולע, און נאכמיטאג האט ער געלערנט מיט א מלמד.

ער איז געקומען קיין לאנדאן פאר דער מלחמה און געווארן א תלמיד פון רבי משה שניידער אין זיין ישיבה תורת אמת אין לאנדאן, ענגלאנד, וואו ער האט געלערנט אינאיינעם מיט די ברידער רבי משה און רבי אליהו שטערנבוך (וואס איז געווען ראב"ד מחזיקי הדת אין אנטווערפן). נאך זיין חתונה האט ער געלערנט אינעם גייטסהעדער כולל ביי רבי אליהו דעסלער; ווען הרב דעסלער איז אריבער צו פאנאוועזש, איז הרב ווייס געשטעלט געווארן אלס א ראש הכולל.

אין תשכ"ז איז ער געווארן א מגיד שיעור אין ישיבת עץ חיים ווילרייק אסאך יארן, און געווארן רב אין גערער שטיבל אין אנטווערפן. שפעטער איז ער געווארן אויפגענומען אלס דיין פון דער דארטיגער מחזיקי הדת קהילה אונטערן רבנות פון הרב חיים קרייסווירטה. ער איז נישט געווארן אנטווערפענער רב נאר ארויף קיין ירושלים.

ער איז געוועזן יארן לאנג אין בית דין פון דער חרדישער קהילה "מחזיקי הדת" אין אנטווערפן. סוף האט מען אים גענומען קיין ירושלים נאכדעם וואס די ארונים מיט תולדות אברהם יצחק האבן געקעמפט קעגן רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן, און צוזאמען מיט דושינסקי דעפוטאטן וואס זענען משפחה מיט רבי טוביה איז ער געווען דער אלטערנאטיווער קאנדידאט וואס האט געוואונען די אפשטימונג אין עדה החרדית הנהלה צו קרוינען פאר ירושלים רב.

דער רב איז באהאוונט אין זיבן שפראכן: יידיש, ענגליש, לשון הקודש און העברעאיש, דייטש, פלעמיש, אונגאריש און טשעכיש.

נאך זיין וויב'ס פטירה האט ער געהייראט בזיווג שני רייזל, די אלמנה פון אוריאל צימער.

דערנאך האט ער געהייראט בזיווג שלישי גאלדא שפרה (תרצ״ו - ט״ו כסלו תש״פ), די אלמנה פון הרבני וואלף בער לעבאווויטש א טאכטער פון הרב בנימין חיים פעלדמאן פון סיגעיט,‏[1] ער איז געווארן א שוואגער פון הרב מייזליש דער סיגעיטער רב.

דער פשעווארסקער רבי ר' יעקב לייזער האט אמאל אין מיטן א שיעור פון פרקי אבות געזאגט פשט אין דער משנה ״כל הבורח מהכבוד הכבוד בורח אחריו״ מיינט אזא יוד ווי אונזער דיין רבי טוביה וואס איז בורח מכבוד וסוף הכבוד לבוא, און שפעטער איז דאס טאקע מקוים געווארן ווען ער איז געווארן דער גאב"ד עדה החרדית.

אין ארץ ישראל ביי פארשידענע חילוקי דעות אין הלכה, האט מען געזען אז אים קען מען נישט רוקן, אבער מיט פיל חכמה קיינמאל קיינעם נישט באליידיגט קיינעם נישט פערזענליך אבער שטארק מיט זיין מיינונג ווי אן אלטער פאררצייטישער רב, ער האט זיך נישט צוריק געהאלטן אנצופרעגן הרב וואזנער זיין מיינונג צי ער איז גערעכט צי נישט מיט פיל ענווה און אמת.

אויך ביי דער סאטמאר מחלוקה האט ער זיכער געמאכט לגבי דער שאלה אין בני ברק אז ס'זאל קומען צו א רבנישן בית דין, וואו ער האט ממנה געווען הרב נפתלי פרענקל פון דער עדה החרדית אלס ראש בית דין.

די תלמידים פון דעם רב האבן ארויסגעגבן א שיין ספר "רבנו הגדול אמרו" אלע זיינע מעשיות וואס ער פארציילט פון זיין יוגנט און פון זיינע רבי'ס וואס איז פארכאפט געווארן צווישן טויזנעטר יודן, מעשיות מיט זייער א ארגינעלן טעם.

אין ניו יארק און לאנדאן האבן די מקורבים פון דעם רב מייסד געווען א קופת צדקה "קופת הגאב"ד" פון וואס דער רב טיילט אויס טויזנטער דאלער פאר עניי ירושלים פאר די ימים טובים. די קופה האט א וועד הרבנים, צווישן זיי הרב חיים פלאהר ראש כולל זכרון מנחם, הרב טודרוס זילבער יאווזשנער רב, הרב מאיר יודא טענענבוים טשאטא רב, וואס זיי שטעלן צוזאם דאס געלט, ווי אויך רופט די רב פערזענדלך נגידים פון איבער די וועלט צו העלפען די קאסע, און די רב פערזענדליך שטייט און שפיץ פון די ליסטע זיכער מאכען אז אלע תלמידי חכמים אין שטאט באקומען בדרך כבוד פאר יום טוב.

כולל שומרי החומות (דער אונגארישער כולל) האט נאר געהאט נשיאים פון חוץ לארץ. די לעצטע יארן האט מען ממנה געווען צוויי רבנים אויך פון ארץ הקודש דאס איז דעם רב הרב ווייס צוזאמען מיט הרב שמואל וואזנער זצ"ל; נאך זיין פטירה איז געבליבן נאר הרב ווייס צו זאמען מיט די נשיאים פון חוץ לארץ.