טודרוס זילבער

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

הרב מאיר טודרוס זילבער איז דער רב פון קהל תורת משה יאוואזשנא. ער איז א זון פון דעם ריזן תלמיד חכם רבי רפאל זילבער דער פריימאנער רב, וואס דער מהרש"ג האט זיך אויסגעדריקט אויף אים, אז "ער וואלט געפאסט צו לערנען ביים חת"ם סופר אין ישיבה". ער איז א איידעם ביי הרב יצחק זאב מאיער דער מחבר פון די ספרים מהרש"א הארוך, און דער ראש ישיבה פון נייטרא ישיבה.

הרב טודרוס זילבער איז א תלמיד פון דעם סאטמארער רבי יואל טייטלבוים, און איז א באקאנטער פיגור ביים חרדי'שן ציבור בכלל, און ביי חסידים בפרט, ער איז א בעל דרשן נפלא און זאגט וואונדערליכע דרשות, און איז מעורר מענטשן צו דינען גאט ברוך הוא, און זיך פירן ווי עס דארף צו זיין.

ער זעלבסט האט יארן געהאט א ישיבה אונטערן נאמען תורת משה ד'פריימאן, ער האט א בית המדרש אויף ספענסער גאס. און זיין שוהל רעכנט זיך אלס איינער פון די גרעסטע בתי מדרשים אין וויליאמסבורג וואו ער האלט דארט דרשות, עס זאמלען זיך צוזאם ביי אים א גרויסער ציבור וואס האבן ליב אים אויסצוהערן מיט א געוואלדיגן דארשט.

ימים נוראים און ימים טובים האט ער איבער טויזנט מתפללים, עס קומען צופארן צו אים אויף יעדן יו"ט א סאך פון זיינע חסידים פון אלע חרד'ישע שטעט און פון אויסלאנד.

ער איז אנגענומען ביי אלע קרייזן און הויפטזעכלעך אין סאטמאר.

ער האט אויכעט געשריבן א סעריע פון ספרים "מטר השמים" על התורה.